מאסן חסידים ביים שמחת בית צדיקים בבית תולדות אהרן - מאקאווא - קרעטשניף טשערנאוויץ
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ''א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
געהויבענע שעה'ן פון התרוממות עילאה און חדוות הנפש זענען פאריבער אויף טויזנטער חסידים ואנשי מעשה וואס האבן זיך מיטגעפרייט עד אור הבוקר ביי די שמחה הגדולה בחצרות הקודש תולדות אהרן - מאקאווא - קרעטשניף טשערנאוויץ, וואס איז געפראוועט געווארן בקול רינה ובצהלה אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים עיר הקודש.
די חתונה איז אפגעראכטן געווארן אינעם זמן גרמא בעצם יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, צו וועם דער ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א איז אדוק ומקושר מיט אן התקשרות עזה, און איז עטליכע מאל געקומען צום אויסדרוק דורכאויס דעם שמחת החתונה, ווען דער רבי שליט"א האט מערערע מאל משמיע געווען דברות קודש, און אלעמאל דערמאנט זכותו הגדול פונעם הייליגן בעל הילולא, און מרחיב געווען ברום שגב קדושתו און מעורר געווען רחמים און ישועות און רפואות בזכותו של אותו צדיק.
בשעה טובה איז געגאנגען אונטער די חופה דער חתן אן אייניקל ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' יואל יצחק לעמבערגער שליט"א, און אן איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב בני ברק, מיט די כלה תחי' עלטסטע טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף טשערנאוויץ שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
צום באשטימטער צייט זענען די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם והרבנים ערשינען צום מעמד הקבלת פנים, ווי מען האט געזינגען ניגוני דביקות והתעוררות, מיט דברי כיבושין האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן זעלקאוויטש הי"ו וועלכער האט ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון דעם מאמענט, און אויסגערעכנט די גרויסע זיידעס, קדושי עליון שרפי מעלה וואס קומען אראפ פון גן עדן העליון, זיך משתתף צו זיין ביי די שמחה.
נאכ'ן באדעקן איז מען ארויס צו די מעמד החופה וואס איז אפגעראכטן געווארן תחת כיפת השמים פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול, וואו דער ריזיגער ציבור האט מיטגעהאלטן די געהויבענע מאמענטן.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער זיידע פון די כלה כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, קריאת הכתובה דער פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א, מיט די ברכות ראשונות דער זיידע פון חתן הגה"צ אבד"ק טאמאשוב בני ברק שליט"א, מיט ברכה אחריתא דער זיידע פון חתן כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א.
נאכ'ן מעמד החופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים וואס האט יעדן אריינגעצויגן אין א שמחה'דיגע אטמאספערע, דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א משמיע געווען קורצע דברות קודש בגודל מעלת וקדושת הזמן, זייענדיג מעורר דעם זכות פונעם הייליגן בעל הילולא דער רבי ר' אלמילך זי"ע צו פויעל'ן ישועות ורפואות, וכל מילי דמיטב.
נאכ'ן חופה האט דער ציבור מיסב געווען צו די סעודת החתונה אין ביהמ"ד הגדול, און נאך א קורצע וויילע זענען די זיידעס און מחותנים ערשינען צום שמחה לקול תרועת הזמר, די שמחה איז באשיינט געווארן דורך פילע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי האדמורי"ם מפינסק קארלין, שומרי אמונים ירושלים, פיטסבורג, קרעטשניף כפר אתא, דעעש ירושלים, סטריקוב ירושלים, און די פעטערס האדמורי"ם מסאסוב, נחלת אהרן, קרעטשניף קרית גת, טרעבישאן, מיאלען, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, און גאב"ד מאקאווא אשדוד.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן שליט"א, מיט ברכות ראשונות דער עלטער-פעטער גאב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א, און מיט ברכה אחריתא דער פעטער הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא.
כחצות הלילה האט מען צוגעטרעטן צום מעמד המצווה טאנץ, וואס איז געפראוועט געווארן מיט אן אויסערגעווענליכע התרוממות, צום ערשט האט דער זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אפגעראכטן די ריקודין קדישין מיט אן אש קודש, און דערנאך האט מען האט ממשיך געווען מיט די מצוה טענץ פון דער זיידע אב"ד טאמאשוב שליט"א, די פעטערס האדמורי"ם והרבנים קינדער פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל און די הרבנים לבית מאקאווא.
דערנאך האט דער רבי שליט"א געטרינקען לחיים און משמיע געווען לענגערע דברות קודש כהכנה דרבה, ארומרעדנדיג מיט גרויס התלהבות פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, מיט הייליגע עובדות און סיפורי הוד ארום זיין הייליגע כח צו פויעלן ישועות און רפואות און זיין כוח צו ממתיק זיין די חבלי משיח אין די יעצטיגע שווערע זמנים.
דאן האט דער רבי צוגעטרעטן צו די ריקודין לפני הכלה מיט א רגש אש קודש, בעת דער גאנצער ציבור הייבט זיך אין די לופטן מיט אן אויסטערלישן התעוררות ביי די קביעותדיגער ניגונים בפרט ביי די ווערטער אין עוד מלבדו מיט א געוואלדיגן דביקות.
באזונדער האט זיך דער רבי שטארק פארקאכט ביים ניגון "אין כאלוקינו" וואס איז געזינגען געווארן אויפן ניגון המקובל פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך, און געהויבן דעם ציבור טפח וטפחיים, דער רבי איז געטאנצן למעלה מכוחות אנושי, וינועו אמות הסיפים פונעם געוואלדיגן התרגשות.
עס איז שוין געווען נאך דריי דרייסיג פארטאגס ווען דער רבי האט פארענדיגט די ריקודין און געזעגנט דעם ציבור מיט ברכות קדשו, און דאן פארלאזט דעם ביהמ"ד, דערנאך האבן געטאנצן אבי החתן הרה"צ ר' יואל יצחק לעמבערגער שליט"א און דער אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף טשערנאוויץ שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן די עבודת הריקודין מיט א באזונדערע התרגשות, שטייענדיג ביים חתונה פונעם ערשטן קינד.
די געהויבענע שמחה האט זיך פארענדיגט ארום פינף אזייגער צופרי נאכ'ן עלות השחר, ברן יחד כוכבי בוקר.























































































































































תגובות