top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חגיגת הכנסת ספר תורה אין ישיבה קטנה דסאטמאר בארא פארק לע"נ הבה"ח זאב סטרולאוויטש ז"ל ממצויני תלמידי הישיבה

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

א שיינעם מעמד הכנסת ספר תורה איז געפייערט געווארן אין ק"ק סאטמאר בארא פארק, אויף די ספר תורה וועלכע איז געשריבן געווארן לעילוי נשמתו פון הבחור החשוב זאב סטראלאוויטש ע"ה, א תלמיד אין די ישיבה קטנה סאטמאר אין בארא פארק, אויף די אינציאטיוו פון זיינע נאענטע חברים, תלמידי שיעור ג' פון דעם פאריגן יאר, וועלכע האבן צוזאמענגעשטעלט די ריזן סומע געלט צו לאזן שרייבן דעם ספר תורה לזכרו פון זייער אומפארגעסליכן חבר.


די מעמד האט זיך אנגעהויבן ביים סיום כתיבת האותיות אין שטוב פון זיינע חשובע עלטערן הרב ליפא סטראלאוויטש הי"ו, וואו עס האבן זיך פארזאמלט פילע ידידים און קרובי המשפחה. הגה"צ רבי חיים דוד כץ שליט"א דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, האט ארויסגעפירט דעם ספר תורה צום תהלוכה, דורך די גאסן פון שטאט ביז צום גרויסן בית המדרש סאטמאר אויף 52 וואו עס איז סטאנציאנירט די ישיבה קטנה, באגלייט מיט פרייליכע טענץ דורך הונדערטער בחורי חמד. מיט א באזונדערע התלהבות זענען אפגעראכטן געווארן די ריקודין אין בית המדרש, וואו די חברי הנהלת המוסדות און רבנן ותלמידהון האבן געטאנצן לכבודה של תורה.


צום הויכפונקט האט מען מקבל געווען פני קדשו פונעם מנהיג העדה ונשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, דער רבי שליט"א האט איבערגענומען דעם ספר תורה און אפגעראכטן פייערדיגע ריקודין פאר א לענגערע צייט מיט אן התלהבות דקדושה ושמחה של מצווה, בשעת הונדערטער חסידים און בחורי חמד טאנצן מיט פון ארום מיט גרויס ברען בשמחת התורה, דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען זיין זון, הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, און די דיינים און רבני הקהילה, צו טאנצן מיט די ספר תורה.


נאכן אריינפירן דעם ספר תורה צום ארון קודש איז מען אריבער צו די זאל פון בית רחל וואו עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודה לגומרה של תורה באגלייט בשירה וזמרה דורך בארימטע בעלי מנגנים, ביים מעמד האט באשיינט הגה"צ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק שליט"א און אלע חשובע רבני ודייני הקהילה, באלד ביים אנהייב איז אפגעראכטן געווארן דעם סיום הש"ס וואס די חברי הכיתה פונעם נפטר האבן געלערנט דורכאויס דעם שנת האבל, לעילוי נשמתו הטהורה, און אצינד מסיים געווען לכבוד די חגיגת הכנסת ספר תורה.



תגובות


bottom of page