top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע באזוך פון האד' מסאטמאר אין מחנה ישיבה קטנה ד'סאטמאר בארא פארק אין סאוט פאלסבורג

  • לפני 8 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שאט די דאט

נעכטן מיטוואך פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין סאוט פאלסבורג וואו די רבי האט אפגעשטאט די יערליכע באזוך אין מחנה ישיבה קטנה ד'סאטמאר בארא פארק, אין די מאונטעינדעיל געגנט. דער רבי שליט"א איז געווארן אויפגענומען בשערי המחנה דורך הגה"צ רבי חיים דוד כץ שליט"א דומ"ץ סאטמאר בארא פארק און דער מנהל הישיבה הרה"ג רבי יואל שטעסל שליט"א.


מען האט זיך באלד געשטעלט דאווענען א ווארעמע תפילת שחרית, נאכגעפאלגט מיט א שיינעם מסיבת קבלת פנים ביי וועלכן הגה"צ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק שליט"א האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט פאסיגע דברי ברכה און עס איז געהערט געווארן נאך א צאל דרשות דורך די ראשי והנהלת הישיבה. דער רבי האט דאן טועם געווען לחיים און משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורי חמד, בחיזוק לימוד התורה.


דערנאך האט דער רבי געשאנקן א מתנה, א לעדערנע סידור פאר העסקן ר׳ אליהו יצחק שניידער הי״ו וואס האט שטארק ארויסגעהאלפן מיט די לעגאלע חלקים מען זאל באקומען די נויטיגע פערמיטן צו עפענען די קעמפ, און דאן זענען אלע בחורים דורך מול פני הקודש, באקומען מזונות פונעם רבי'ן.


נאכ'ן דערהויבענעם באזוך האבן רבנן ותלמידיהון ארויסבאגלייט דעם רבי'ן פונעם קעמפ, וואו דער רבי שליט"א האט ארומגעשמועסט שיינע ענינים בדברי תורה וסיפורי צדיקים.



bottom of page