top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד כבוד התורה אין ישיבה גדולה מאור עיניים ראחמיסטריווקא פארצויגן גאנצע צען שעה בשמחת וחדוות התורה

  • לפני 21 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער

אין די בארימטער ראחמיסטריווקא ישיבה גדולה מאור עיניים אין ירושלים איז פארלאפענעם מיטוואך נאכט אפגעהאלטן געווארן די יערליכע מעמד נהדר כבוד התורה, וואו די הונדערטער בחורי חמד תלמידי הישיבה האבן געפייערט דעם יומא טבא לרבנן, לרגל סיום מסכתא גיטין וואס די בחורים האבן געלערנט און געחזרט דורכאויס די לעצטע יאר אין די ראמען פון די סדרי הישיבה, ס'איז פארגעקומען אינעם גרויסן היכל הישיבה אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.


כמידי שנה בשנה איז די מעמד אפגעראכטן געווארן אויפן ראחמיסטריווקא שטייגער זיך פארציענדיג אריבער צען שעה נאכאנאנד בשמחת וחדוות התורה, ווען בראש המאורע באשיינט דער רבי שליט"א במלוא הדרו פאר לענגערע שעה'ן מלא התרוממות הנפש.


די מעמד האט זיך אנגעהויבן אין די נאכמיטאג שטונדן ווען די בחורים האבן זיך געוואשן צום סעודת מצווה כיד המלך במעמד רבנן ותלמידהון, און עס זענען געהערט געווארן א רייע דרשות דורך די רבני הישיבה און מגידים שונים.


ארום ניין אזייגער אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום חגיגה, באלד ביים אריינקומען האט דער רבי געמאכט דעם סיום און זיך דאן ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין לכבוד התורה וואס האט אנגעהאלטן פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א געוואשן צום סעודת מצווה, און משמיע געווען לענגערע דברות קודש חוצבים להבות פאר משך פון אנדערטהאלבן שעה מתובל מיט אמרות טהורות און דברי הדרכה פאר די חשובע בחורי חמד.


נאך די דברות קודש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דער משפיע הישיבה הגה"צ המפורסם רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א משמיע צו זיין מדברותיו הנהלבים לכבוד המאורע, מען האט דאן ממשיך געווען מיט ניגוני תורה און פרייליכע ניגונים, און די רבי האט טועם געווען פון אלע מאכלים.


פארן בענטשן האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן די הונדערטער תעודות הוקרה וואו דער רבי האט במעמד קהל ועדה אונטערגעשריבן בחתימת יד קדשו אויף אלע תעודות, און נאכן בענטשן זענען אלע בחורים דורך כבני מרון אל מול פני הקודש ערהאלטן די תעודות, וואו דער רבי אינטרעסירט זיך און איז מרעיף ווארימע ברכות פאר יעדן בחור באזונדער.


נאכן פארענדיגן פארטיילן די תעודות ווען די זייגער האט געוויזן שוין סמוך לעלות השחר האט דער רבי שליט"א ווידער אמאל אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברי הדרכה וואו דער רבי האט שטארק מעורר געווען די בחורים זיך נישט צו לייגן שלאפן אין א שפעטע שעה אויב מען האט נישט קיין שומר וואס זאל וועקן צו קענען ליינען קריאת שמע בזמנה, און שטארק מרחיב געווען אין דעם ענין, ביים ענדע האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות וואס האט אנגעהאלטן פאר ארום א שעה צייט, און באשמורת הבוקר האט זיך געשלאסן דער געהויבענע מעמד מלא חיזוק והתעלות בלימוד וחדוות התורה.



תגובות


bottom of page