top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי תלמידי המוסדות אין קרית יואל געבן אפ פאסיגע כבוד האחרון ביי לוי' צוג פון הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער ז"ל

  • Bechatzros admin
  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' משפטים • כ''ב שבט | בחצרות הקודש

ארגאנגענעם דינסטאג האבן טויזנטער תלמידים ותלמידות וואס ווערן נתחנך אין די פיר "בניני גאלדבערגער" אינערהאלב די מוסדות הקדושים דחסידי סאטמאר אין קרית יואל אפגעגעבן דעם פאסיגן כבוד האחרון ביי די רירנדע לוי' פון הרבני הנגיד החסיד, בונה ומקים עולנות של תורה מו"ה ר' ישראל דוב גאלדבערגער ז"ל פארנט פונעם גיגאנטישן בנין הת"ת דסאטמאר און ביי די דריי בניני בית רחל אין שטאט וואס זענען נקראת על שמו.


פארמיטאג נאך די לוויה פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל וואו עס האט מספיד געווען הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש איז די מטה אנגעקומען צום שטח התלמוד תורה "בנין גאלדבערגער", וואו די הונדערטער תלמידי כיתות ז' ח' ט' האבן אפגעווארט דעם נפטר אינאיינעם מיט הונדערטער אידן וועלכע זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד האחרון פארן שר הצדקות ועשה חסד לאלפים כל ימי חייו.


צום ערשט האט מספיד געווען הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, וואס האט בקול בוכים ארויסגעברענגט די שרעקליכע אבידה שאין לה תמורה, זיין געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט פארן טאטן, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, באופן נפלא. זיינע צדקות וואס קיינער האט ניטאמאל מיטגעהאלטן, ובפרט זיינע גרויסע פילאנטראפישע נדבות פאר די מוסדות, די בנינים אדירים "בניני גאלדבערגער" המפוארים, די תמיכות פאר די ימים טובים פאר די מלמדים, מיט אזא השגה שאין בדומה לו.


דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, וועלכער האט מספיד געווען דעם חשובן נפטר וואס האט זוכה געווען אזויפיל צו אויפטון פאר די הייליגע מוסדות, און אלע תורה מצוות ומעשים טובים אין די בניני המוסדות. דאס אלעס זענען זיינע מעשים און זיינע זכותים והלך לפניך צדקיך, זיינע תמיכות פאר די מלמדים וכלי קודש, און זיין אויסערגעווענליכער קשר מיטן טאטן הוד דער סאטמארער רבי שליט"א, וואס האט אזויפיל ארויסגעהאלפן אויף טריט און שריט.


דער חשובער אדמיניסטראטאר פון מוסדות סאטמאר קרית יואל מוה"ר משה אלי' עסטרייכער הי"ו האט אויפגעטרעטן בשם די הנהלת המוסדות, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב ר' ישראל מאיר ראזענבערג שליט"א, מנהל כיתות ה' ו', וועלכער האט פארציילט וויאזוי ר' ישראל ז"ל פלעגט קומען אין חדר מיטהאלטן די ברכות התורה פון די טייערע קינדער. דאס איז געווען זיין חיות, ווי ער פלעגט בעטן מ'זאל מזכיר זיין זיין נאמען און דעם נאמען פון להבחל"ח זיין חשובע בני בית שתחי', זאגנדיג אז די תלמוד תורה איז זיין 'קוויטל פלאץ' וואו ער איז זיך מזכיר פאר א ישועה.


דערנאך איז די מטה ארומגעפארן דעם בנין התלמוד תורה "בנין גאלדבערגער", וואו עס זענען געשטאנען אויסגע'שורה'ט די יונגערע כיתות וועלכע לערנען אינעם בנין, אפצוגעבן דעם ריכטיגן כבוד פארן גרויסן נדיב וועלכער האט מיט זיינע צען פינגערס געבויעט דעם בנין האדיר פארן עתיד הדורות אין קרית יואל בדרך ישראל סבא.


דערנאך איז די מטה און די שיירה אריבערגעפארן צום שטח הבית רחל "י.ד. גאלדבערגער דרייוו", וואס דער נפטר האט אויפגעבויעט למען בנות ישראל הכשרות, און ארומגעפארן די דריי גיגאנטישע "בניני גאלדבערגער". וואו אויפן פערזענליכען פקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א זענען אלע תלמידות געשטאנען אויסגע'שורה'ט אינדרויסן פונעם בנין, ארויסצייגנדיג די גרעסטע מאס כבוד פאר דעם חשובן נפטר, וואס דער זכות פון זייערע מצוות ומעשים טובים אין די בנינים איז נזקף לזכותו לחיי העולם הבא.


פון דארט איז די מטה צוגעפארן צום בית מועד לכל חי, וואו ער איז געקומען לקבורה אויפן נייעם בית החיים דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל.



bottom of page