top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד "טחינת חטים" ערשטמאליג אפגעהאלטן אויף גרעסערן פארנעם דורך האד' מסאטמאר

  • לפני 29 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפאנעם דאנערשטאג נאכן פארלערנען די שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלס הכנה צום שבת הגדול דרשה בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל אין קרית יואל איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הישיבה וואס איז גענציך ריין פון חמץ, ווי די בחורים זענען די טעג עוסק צו מאלן ווייץ לקראת חג הפסח הבעל"ט.


כמידי שנה בשנה זינט דער רבי שליט"א איז עומד על משמרתו בקודש אלס רב אבדק"ק אין קרית יואל טוט ער מאלן די ווייץ אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און נאך וואס די לעצטע יארן איז כסדר נתרבה געווארן די בחורים וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם התעסקות במצוות דורכן רבי'ן, איז דאס יאר געווען צוגעשטעלט ברייט פלאץ מיט הויכע פארענטשעס פאר אלע בחורי חמד, צו קענען מיטהאלטן דאס מאלן ווייץ פון רבי'ן שליט"א.


דערביי האט מען געזונגען ניגוני דביקות והתעוררות און דערנאך האט דער רבי עוסק געווען בטירחא דגופא פאר א לענגערע צייט און געמאלן ווייץ לשם מצות מצוה ברוב עם. נאכן מאלן די ווייץ האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, און דער רבי האט געוואונטשן מ'זאל דערלעבן איבער א יאר אין פריידן.



bottom of page