האד' מוויזניץ מקיים געווען מצוה נדירה פון "ראשית הגז" ביי מעמד קריאת השם פאר ק"ק אמרי אליעזר וויזניץ אין עמנואל
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

א היסטארישער מעמד ראשית הגז איז נעכטן זונטאג נאכט אפגעהאלטן געווארן במעונו פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מושב אורה, אין צוזאמענהאנג מיטן מעמד קביעת שם פאר די נייע וויזניצע קהילה אין די בליענדע חסידישע שטאט עמנואל. לכבוד המאורע זענען די אינגעלייט תושבי המקום אריינגעקומען קיין ירושלים, וואו זיי האבן צוערשט געהאט די זכיה אז דער רבי שליט"א האט פאר זיי איבערגעגעבן א ספעציעלע שמועס מלא התחזקות והדרכות ישרות, און דערביי אוועקגעשטעלט די וויכטיגע יסודות פון א וויזניצער קהילה בדרכם הסלולה פון די רועי החסידות. ובתוך הדברים האט דער רבי שליט"א א נאמען געגעבן פאר'ן בית המדרש דחסידי וויזניץ אין עמנואל, "אמרי אליעזר", לשמם ולזכרם פון די צוויי אחים הקדושים דער אמרי חיים און דער דמשק אליעזר זי''ע, זייענדיג אן אויסנאם שריט אז דער רבי שליט"א איז משלב צוויי נעמען ביים קורא שם איינע פון די בתי המדרש דחסידי וויזניץ.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה קליין שליט"א, מרבני חסידי וויזניץ און רב דקהל חסידים אין עמנואל, וואס האט שטארק משבח געווען די וויזניצער אינגעלייט וואס האבן געהויבן די איכות פון די שטאט פי כמה, און ער האט איינגעלאדנט דעם רבי'ן צו קומען באזוכן אין די שטאט און זען פונדערנאנט די וואונדערבארע וויזניצער קהילה אין שטאט. דערנאך האט דער רבי שליט"א געבעטן מ'זאל זינגען לכבוד המאורע, און עקסטער האט מען געזונגען פארשידענע ניגוני ציפיה לגאולה.
דערנאך איז פארגעקומען די היסטארישע און התרגשות'דיגע מאמענט וואו די בני הקהילה, האבן אלס הכרת הטוב איבערגעגעבן א גאר ווערדפולע מנחת הוקרה פאר'ן רבי'ן שליט"א, נעמליך פינף שעפסעלעך וואס זיי האבן איינגעהאנדלגט אלס א מתנה פארן רבי'ן שליט"א, צו קענען דערמיט מקיים זיין די מצוה נדירה פון ראשית הגז. די צמר איז אויסגעלייגט געווארן על שולח מלכים פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער איז געווען שטארק מרוגש צו מקיים זיין אזא זעלטענע מצוה וואס לאו בכל יומא איתרחש, און נאכן דורכטון די פרטי ההלכה האט דער רבי איבערגעגעבן דעם מתנה פארן כהן דער משמש בקודש הרב החסיד ר' יהושע הכהן פאקשער הי"ו, זון פון הגה"צ ר' מענדל פאקשער זצ"ל, רב דחסידי וויזניץ אין אלעד.
צום שלוס פונעם מעמד האט דער רבי זיך אינטערסירט איבער די ווייטערדיגע פלענער פון הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די קהילה אין עמנואל און דער גאנצער עולם אריבער דעם רבי'ן, וועלכער האט יעדער געוואונטשן במאור פנים. עס האט נאכגעפאלגט מיט א שיינעם מסיבת לחיים אנגעפירט דורך דעם רבינס זון הגה''צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט''א אבד''ק וויזניץ אלעד ביי וועלכן מען האט פארברענגט בנועם שיח און זיך געוואונטשן לחיים לרגל די קריאת השם פון די נייע קהילה.








