אלפי חסידים איבערגענומען מיט הרגשים נאך געהויבענע חתונה פון צווייטן אור-אייניקל ביי האד' מסאטמאר
- Bechatzros admin
- לפני 3 דקות
- זמן קריאה 5 דקות
פרייטאג פ' יתרו י"ט שבט | בחצרות הקודש

אלפי חסידי סאטמאר האבן מיט א רגש של שמחה מיטגעלעבט די התרגשותדיגע שמחת נישואין פונעם צווייטן אור אייניקל פון כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א, וחסידים ברנה יגילו מיט טיפע אינערליכע געפילן וואס האט יעדן איבערגענומען עד עמקי הלב.
אין א מזל'דיגע שעה איז געגאנגען אונטער די חופה די כלה א אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א אב"ד ראצפערט, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' חיים צבי ראטטענבערג שליט"א אבד"ק פינטשוב, איידעם ביי הגה"צ ר' וואלף אנטפאנג שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף הופפער סטריט אין וויליאמסבורג.
צום באשטימטן צייט איז דער רבי שליט״א ערשינען צו תפלת המנחה אין ביהמ״ד, נאך תפלת המנחה האט דער ציבור געהאט די זכי׳ דורכצוגיין מקבל צו זיין מברכות צדיק בעידן חדוותא. לענגערע שורות האט זיך געשלענגעלט פון יונג און אלט וועלכע זענען דורך כבני מרון געבענטשט צו ווערן פונעם רבי'ן.
אינצווישן איז דער היכל ביהמ״ד הגדול שוין געווארן איבערגעפולט עד אפס מקום, און מהאט מקבל פנים געווען דעם רבי׳ן שליט״א מיטן חתן ושושביניו בשירה ובזמרה.
נאך די ניגוני התעוררות האט דער בדחנא דמלכא הרה״ח ר׳ מרדכי דוד עסטרייכער הי״ו אויפגעטרעטן מיט חרוזים, און דערמאנט די נעמען פון די צדיקים וקדושים שרפי מעלה פון וועמען חתן וכלה ציען דעם געהויבענעם יחוס.
דער רבי שליט״א האט דערנאך געטרונקן לחיים און געוואונטשן פארן חתן שליט״א, מחותנים און זיידעס שליט״א, און דאן משמיע געווען דברות קודש בסיום דבריו האט דער רבי שליט״א אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר חתן וכלה, און ממשיך געווען מיט ווארעמע ברכות פאר נכדו דער מחותן שליט״א, פארן אנדערן מחותן און זיידעס שליט״א, במיוחד האט דער רבי שליט״א מאציל געווען מברכותיו פאר די געהויבענע עלטער זיידעס, גיסו הגה"צ גאב״ד סאטמאר בארא פארק שליט״א וועלכער האט צוליב א חולשה זיך נאר קורצליך משתתף געווען ביי די שמחה, און דאס זעלבע פארן געהויבענעם עלטער זיידן כ״ק אדמו״ר מקאלוב שליט״א לרפו״ש.
בעתן ממשיך זיין מיט ניגוני התעוררות האט דער רבי שליט״א מסדר געווען די כתובה, און מען איז ארויס צום באדעקן אין דערנעבנדיגן אפריון זאל.
ביים מעמד החופה פארט פון גרויסן ביהמ"ד האט מען געזונגען די ניגוני התעוררות ווי געווענליך, ובפרט ביים זינגן דעם געווייקטן ניגון התעוררות וואס איז מקובל פון הרה״ק רבי מרדכי מנאדבורנא זי״ע, פון וועמען די כלה איז אן אייניקל דורכן זיידן כ״ק אדמו״ר ממאשלוי שליט״א.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער זיידע כ״ק אדמו״ר ממאשלוי שליט״א, די עדי קידושין זענען געווען הגה״צ רבי מאיר צוויבל שליט״א ר״מ בישיבה גדולה דסאטמאר און הרה״ג רבי אברהם חיים מוטצען שליט״א ר״מ בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער זיידע הגה״צ רבי וואלף אנפאנג שליט״א, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די געהויבענע פעטערס פונעם חתן, מיט ברכות ראשונות הגה״צ רבי מאיר ראטנבערג שליט״א, און מיט ברכה אחריתא הגה״צ אב״ד וואוידיסלאוו שליט״א.
נאך די חופה האט דער רבי שליט״א אנגעוואונטשן פאר חתן וכלה מחותנים און זיידעס און דאן פארן גאנצן ציבור, גלייך דערויף האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם ריקוד לכבוד השמחה. נאך די חופה איז דער רבי צוגעגאנגען צו די אויטא, וואו עס האט זיך משתתף געווען גיסו דער עלטער זיידע גאב״ד סאטמאר בארא פארק שליט״א, וועמען דער רבי שליט״א האט געוואונטשן מברכותיו, עקסטער איז דער רבי צוגעגאנגען צו די אויטא, וואו עס האט זיך געפונען דער גרויסער עלטער זיידע כ״ק אדמו״ר מקאלוב שליט״א, וועמען דער רבי שליט״א האט אויך געוואונטשן ברכות לרוב.
דערביי האט דער קאלובער רבי שליט״א געפרעוועט די מצות ריקודין לפני הכלה און מיטן חתן שליט״א, וואס איז געווען א מרוגשדיגער איבערלעבעניש.
גלייך נאך די חופה האט דער ציבור בליץ איבערגעפולט דעם היכל ביהמ״ד הגדול מיטהאלטנדיג די סעודת החתונה, אינמיטן די סעודה איז דער זיידע הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א אין באגלייטונג פון בנו המחותן שליט״א ארומגעגאנגען צווישן די טישן, פערזענליך אפצונעמען דעם ברכת מזל טוב פונעם ציבור און צו וואונטשן ברכות בעת שמחת לבבו.
באזונדער האט דער זיידע דער רב שליט״א זיך ארויסגעלאזט אין א שיינעם ריקוד מיט די חברי אהבת קדומים, די עלטערע אידן מיט וועמען דער רב שליט״א האט געטאנצן פערזענליך. שפעטער האט מען מיט התרגשות מקבל פנים געווען דעם געהויבענעם עלטער זיידן הגה"צ גאב״ד סאטמאר בארא פארק שליט״א וועלכער האט אויף א קורצע וויילע מפאר געווען דעם שמחה.
קורצליך דערויף איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די שמחה וואו דער ציבור זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נפלאים, מיט א געוואלדיגן התרגשות פון שמחה דקדושה. דאס זעלבע האט זיך איבערחזרט א קורצע צייט שפעטער בעת דער חתן שליט״א איז ערשינען אין ביהמ״ד, דער רבי שליט״א האט גלייך זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם טאנץ און האט לענגערע צייט געטאנצן מיטן חתן, דערנאך האט דער רבי שליט״א מכבד געווען די אנדערע מחותנים און זיידעס שליט״א צו טאנצן מיטן חתן, בעת דער ציבור האלט זיך מכרכר ומפזז בכל עוז ותעצומות.
דער רבי שליט״א האט דאן זיך געוואשן צו די סעודה, און אין היכל הביהמ״ד זענען די ריקודין פארגעזעצט געווארן אויף א פרייליכן שטייגער. דער ציבור האט זיך געהויבן אין די לופטן בעת דער זיידע הגה״צ וויליאמסבורגער רב שליט״א האט געטאנצן מיטן חתן שליט״א און דערנאך מיט בנו המחותן, בעת דער רבי שליט״א קוקט זיך צו מיט גרויס התרגשות.
דערנאך דער זיידע מאשלויער רבי שליט״א און די אנדערע זיידעס געטאנצן מיטן חתן ובני משפחתיהם. במשך די שמחה האט זיך נישט אפגעשטעלט דער שטראם פון רבנים ואדמורי״ם שליט״א, און יעדע וויילע האט מען פריש מיטגעהאלטן די געהויבענע ריקודין פון די רביים שליט״א מיטן חתן, מחותנים און עקסטער מיטן ראש בית אב דער רבי שליט״א.
צווישן זיי האט מען געזען די השתתפות פון כ״ק אדמו״ר מוויזניץ מאנסי שליט״א עלטער פעטער פון די כלה, כ״ק אדמו״ר מוויזניץ לאנדאן שליט״א שוואגער פונעם מאשלויער רבי׳ן שליט״א, כ״ק אדמו״ר מתולדות צבי דספינקא שליט״א, דער פעטער כ״ק אדמו״ר מקראלי שליט״א, שוואגער פונעם מאשלויער רבי׳ן שליט״א, די פעטערס כ״ק אדמו״ר מבאבוב 45 שליט״א, און כ״ק אדמו״ר מראחמיסטריווקא שליט״א שוואגערס פונעם זיידן רבי זאב אנפאנג שליט״א, כ״ק אדמו״ר מרחמיסטריווקא אוקוויין שליט״א שוואגער פונעם מאשלויער רבי׳ן שליט״א, ואחיו כ״ק אדמו״ר מרחמיסטריווקא וויליאמסבורג שליט״א.
ווי דער שטייגער ביי די סאטמארער חתונות האט מען אום עלף אזייגער פונקטליך געענדיגט טאנצן און מ'האט גלייך איינגערישט דעם ביהמ״ד צום געהויבענעם מצוה טאנץ.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער פעטער פון חתן הגה״צ רבי מאיר ראטנבערג שליט״א, און מיט די שבע ברכות די אנדערע פעטערס מצד החתן. דערנאך האט דער בדחנא דמלכא הרה״ח ר׳ מרדכי דוד עסטרייכער הי״ו אויפגערופן דעם רבי׳ן שליט״א צו די מצוות ריקודין מיט פאסיגע חרוזים, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע שמחה וואס שפירט זיך ביי יעדן ביים זיך פרייען שוין צום צווייטן מאל ביי א חתונה פון א דור רביעי ביים רבי׳ן שליט״א.
נאך א ניגון התעוררות בשיר שבח והודיה האט דער רבי שליט״א געוואונטשן פארן חתן מחותנים און זיידעס שליט״א, און דאן געטאנצן די ריקודין מיט אן אויסטערלישן ברען און התלהבות, בעת דער גאנצער ביהמ״ד הייבט זיך ווי אין די לופטן מיט א ברענענדיגן פלאם פון שמחה דקדושה.
דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיטן חתן שליט״א שפעטער אויך מיטנעמענדיג נכדו אבי הכלה שליט״א, מיט וועמען דער רבי שליט״א האט געטאנצן איבערן גאנצן ביהמ״ד מיט גרויס התרגשות.
א פרישער שטראם פון התלהבות של שמחה האט ארומגענומען דעם ציבור בעת דער רבי שליט״א האט זיך ארויסגעלאזט אין א פערזענליכן טאנץ מיט בנו חביבו דער זיידע הגה״צ אבק״ק ור״מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א, און דאן אריינגענומען אין רינג נכדיו יוצאי חלציו בני ונכדי הגה״צ אבד״ק ור״מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א, דערנאך מיט בני משפחת המלוכה, צוזאמען מיט נכדי הרה"ק הברך משה זי״ע.
די התרגשותדיגע מאמענטן האבן פארגעזעצט ביי די ריקודין של מצוה פונעם געהויבענעם זיידן הגה״צ אבד״ק ור״מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א, וועלכער האט אפגעראכטן די ריקודין מיט א געוואלדיגע התלהבות.
אינצווישן איז אנגעקומען זיך משתתף צו זיין ביי די שמחה דער געהויבענער עלטער זיידע הגה״צ גאב״ד סאטמאר בארא פארק שליט״א, וועלכער איז מכובד געווארן מיט די מצוות ריקודין און האט געטאנצן מיט גרויס התרגשות.
אזוי האט מען ממשיך געווען די שמחה הרוממה ווען דער גרויסער זיידע כ״ק אדמו״ר ממאשלוי שליט״א האט אפגעראכטן דעם עבודת הקודש ביי די ריקודין, דערנאך דער זיידע הגה״צ רבי וואלף אנפאנג שליט״א, און שפעטער די געהויבענע מחותנים אבי החתן והכלה שליט״א.
שוין שפעט אין דער נאכט האבן חתן וכלה אפגעטאנצן די ריקודי מצוה, און מען האט זיך שווער געקענט געזעגענען פון די ליכטיגע געהויבענע נאכט וואס דער ציבור האט געהאט די זכי' מיטצולעבן.




































































































































































































































































































































































































































