top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערשטמאליגער ביקור המרומם פון האד' מסאדיגורא אין שטאט לאנדאן

  • לפני 11 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

מוצאי שב"ק פ' משפטים • כ''ז שבט | בחצרות הקודש

ווי ברייט באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אפגעראכטן א קורצע באזוך אין שטאט לאנדאן לרגל א משפחה שמחה, די חתונה בבית חותנו הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א אבד"ק אהל יעקב אנטווערפען ודומ"ץ מחזיקי הדת.


דינסטאג (יתרו) אינדערפרי נאכן דאווענען האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט פון אנטווערפען, וואו דער רבי האט מיטגעהאלטן די שבת באווארפן.


נאכמיטאג האט דער רבי דערגרייכט די גאלדערס גרין געגענט וואו עס איז געווען זמני כניסה, בבית הנגיד ר' נחמיה שיינפעלד הי"ו. נאכן קבלת קהל וואס האט זיך פארצויגן גאנצע פינף שעה, איז דער רבי אנגעקומען אויף תפילת מעריב אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם יוסף עקיבא ווייס הי"ו און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים אויפן ארט און משמיע געווען דברות קודש.


מיטוואך אינדערפרי האט דער רבי געדאוונט שחרית בבית האכסניא אין די סטעמפארד הילל געגענט אין שטוב פון הנגיד ר' אבא חייא פריעד הי"ו, און נאכן דאווענען איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה. אין לויף פונעם טאג האט דער רבי באזוכט ביי די רבני העיר הגה"צ רבי יוסף פאדווא ראש הדיינים דהתאחדות קהלת החרדים, הגה"צ רבי זאב פעלדמאן רב דקהל תורה עץ חיים, און ביי הגה"צ רבי נפתלי אלימלך לייזער אבד"ק פשעווארסק לאנדאן, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.


שפעטער האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי מעמד הקבלת פנים בבית חותנו וואס איז פארגעקומען אין די יסודי התורה זאל, די רבי האט אפגעגעבן מזל טוב פאר די חתן און מחותנים און זיך באגריסט מיט די חשובע זיידעס האדמור"ים מערלוי און נייטרא. שפעטער ביים חופה איז דער רבי מכובד געווארן מיט די ערשטע צוויי ברכות.


ביינאכט נאך מעריב בבית האכסניא האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די מסע הלוויה פונעם זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ראש ישיבת הרמה וואו די רבי האט באגלייט די מיטה א כברת דרך.


פון דארט איז דער רבי צוריקגעגאנגען צו די חתונה וואו דער האט מיטגעהאלטן די גאנצע שמחה כאחד מן השורה צווישן די בני המשפחה. במשך די חתונה האט זיך דער רבי באגריסט מיט מערערע רבנים פון שטאט און פארפירט שיינע שמועסן.


דאנערשטאג האט די רבי ממשיך געווען די זמני כניסה ביז נאכמיטאג ווען די רבי האט זיך משתתף געווען ביי א חופה ביי איינע פון די חסידים. ביינאכט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום ביהמ"ד המרכזי דחסידי בעלזא אין שטאט וואו עס איז אפגעראכטן געווארן א מעמד קבלת פנים לכבודו, דער רבי שליט"א האט דארט געדאוונט מעריב, זייענדיג משנה פון זיין מנהג קבוע צו דאווענען אין א חדר מיוחד כדרך צדיקי בית רוזין. דערנאך האט זיך דער רבי געזעצט צום טיש וואו עס זענען געזעצן אויסגעשוהרט די זקני ופני העדה, און פון ארום זענען געשטאנען די אינגעלייט און פרחי הצאן בחורים און קינדער.


נאכן זינגען א ווארעמע ניגון האט דער דיין הגה"צ רבי מענדל גאליצקי דומ"ץ בעלזא לאנדאן אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה, און ארויסגעברענגט די זכיה צו מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א וועלכער איז פון די חשובע פירות וואס די מוסדות האט ארויסגעגעבן, זייענדיג א תלמיד אין די בעלזער תלמוד תורה און שפעטער אין ישיבה קטנה וואו דער רבי איז געווען ממצוייני הישיבה. דער רבי האט דערנאך משמיע געווען אמרי קודש רעדנדיג איבער דעם ענין פון הכרת הטוב וואס מען לערנט ארויס פון די היינטיגע סדרה - עשרת הדברות. דערנאך איז דער גאנצער ציבור דורך שלום נעמען פונעם רבי'ן.


שפעטער ביינאכט נאכן זיך משתתף זיין ביי שבע ברכות וואס איז געווען צוגעשטעלט דורכן שווער איז דער רבי ארויף אויף א באזוך צום עלטער פעטער הנגיד החסיד ר' אליש ענגלענדער שליט"א וואו עס איז ארומגעשמועסט געווארן סיפורי צדיקים און זכרונות פון אמאל. פרייטאג ערב שבת האט דער רבי באזוכט ביי הגאון הגדול רבי שלום פריעדמאן שליט"א סגן גאב"ד לאנדאן און ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא לאנדאן שליט"א.


שבת האט דער רבי שליט"א געדאווענט אלע תפילות אין די אכסניא און מיטגעהאלטן די סעודת שבת בקרב משפחתו ביים שבת שבע ברכות אין די באבובער זאל.


שבת אינדערפרי ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען די קריאה פון עשרת הדברות. שלישי האט עולה געווען הרה"צ ר' יצחק מאיר ברייאר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א. צו שלש סעודות האט זיך דער רבי געוואשן בחדרו הפרטי און שפעטער ארויסגעקומען צו די זמירות וואו א גרויסן ציבור מתושבי העיר האבן זיך צונויפגעפרעסט אינעם בית האכסניא מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן דבי רעוא דרעוין. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה ברוב עם און דער ציבור איז דורך וואונטשן א גוטע וואך.


מוצאי שבת איז דער רבי ארויף צו עטליכע נדיבים בעם וואס האבן זיך אנגערופן מיט סכומים אדירים לטובת די מוסדות הקדושים. שפעטער איז געווען זמני כניסה וואו עס איז צווישן אנדערע אריין אל הקודש פנימה הגה"צ רבי חיים פנחס מיללער אבד"ק טשערנאביל לאנדאן. שפעט ביינאכט איז אריין דער בעל האכסניא הנגיד החסיד ר' אבא חייא פריעד הי"ו 

און די בני המשפחה וואו דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די אכסניא און מאציל געווען ברכת קדשו.


זונטאג אין די פריע פארטאגס שעהן האט דער רבי געדאוונט שחרית און באלד נאכן דאווענען ארויסגעפארן צום לופטפעלד אויפן וועג אהיים קיין ארצינו הקדושה.



תגובות


bottom of page