top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק: מעמד סיום מס' ערכין דורך חבורת ״ליבנו בתורתו״ דק"ק פני מנחם בראשות ראש הישיבה הגר"ש אלתר שליט״א

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' אחרי קדושים • ה' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: נתנאל לוינשטיין 

א געהויבענע מעת-לעת איז אריבער דעם זונטאג העעל"ט במחיצתו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א אין בארא פארק. דער טאג האט זיך אנגעהויבן מיט תפילת שחרית אין אולם עטרת חי', נאכגעפאלגט מיט לענגערע זמני כניסה וואס האט זיך פארצויגן שעות נאכאנאנד, וואו דער ראש הישיבה האט אויפגענומען דעם ציבור לעצה ותושיה.


דער הויכטפונקט איז געווען ביים פייערליכן חגיגה לכבודה של תורה "סיום מסכת ערכין" דורך חבורת "לבנו בתורתו", דער לימוד עמוד היומי אינערהאלב ק"ק פני מנחם. דורכאויס די סעודה האט מען געהערט דרשות פון כ"ק אדמו"ר מנאוואמינסק שליט"א און הגה"צ אב"ד ראסלאוויץ שליט"א, וואס האבן ארויסגעהויבן בשבח הקהילה און מרחיב געווען בחיזוק לימוד התורה. אויך האבן אויפגעטראטן הגאון רבי דניאל חיים אלתר שליט"א ראש ישיבה קטנה פני מנחם און זיין זון הרה"ג ר' אברהם מרדכי שליט"א וואס האט בטוב טעם אנגעפירט מיטן מעמד.


באזונדער האט דער ציבור געשלינגען מיט דורשט די דברי פי חכם חן פון הנגיד החסיד רבי יצחק שווארטץ מייסד ופטרון חבורת תורתך שעשועי דק"ק סאטמאר, וועלכע האט אויסגעדרוקט זיין באגייסטערונג פונעם חבורה "ליבנו בתורתו" וואס איז נאכגעמאכט אויף דעם זעלבן שטייגער וואו דער סאטמארער ש"ס חבורה תורתך שעשועי.


א כוואליע פון פרייד האט ארומגענומען דעם פילקעפיגער ציבור ווען עס איז געמאלדן געווארן אז דער באקאנטער תומך ומחזיק תורה הנגיד ר' פנחס ירט הי"ו, האט בשעתן מעמד געשנאדערט די פילאנטראפישע נדבה פון $230,000 לטובת דעם אויפבוי פונעם נייעם בית המדרש דק"ק פני מנחם אין שטאט בית שמש. צום שלוס פונעם מעמד האט דער ראש הישיבה שליט"א משמיע געווען דבר ה' ברמה איבער די חשיבות פון קביעות עתים און מסיים געווען מיט דברי פרידה אייידערן זיך אהיימקערן קיין ארצינו הקדושה.



תגובות


bottom of page