top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסן ציבור ביי לוויה פון הרבנית טווערסקי ע"ה אלמנת הרה"צ רבי וועלוול טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא אין ירושלים

  • 23 באפר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN

א ציבור עצום פון אייניקלעך און אור אייניקלעך, אין צוגאב צו פילע ראחמיסטריווקא חסידים, ידידים ומכירים און בני המשפחה, האבן דעם זונטאג נאכמיטאג באגלייט למנוחת עולמים, הרבנית הצדיקת הישישה מרת חנה אסתר טווערסקי ע"ה, אלמנת הרה"צ רבי וועלוול טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא, וואס איז נעכטן נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון 92 יאר, איבערלאזנדיג א הערליכע דור בנין וחתנין אדמו"רים, רבנים ומורי הוראה.


די לוויה איז ארויס פון איר שטוב אויף רחוב חנה וואו עס האבן זיך געזעגענט די בני המשפחה און שפעטער איז די מיטה אנגעקומען צום רחבת ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אויף רחוב גבעת משה וואו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט אפגעווארט די מיטה אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים.


צוליב דער מנהג אין בית טשערנאביל - ראחמיסטריווקא נישט צו האלטן קיין הספדים איז געהערט געווארן בלויז קורצע דברי פרידה, צוערשט פון חתנה כ"ק אדמו"ר מנדבורנה ירושלים שליט"א, און חתנה הגה"צ רבי יהושע זעהבאלד שליט"א אבד"ק אלטשאט. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער פלאמעניק הגה"צ אבד"ק קאלוב שליט"א פון ביתר בשם די קאלובער משפחה וואו ער האט געבעטן פון די נפטרת צו זיין א מליצה ישרה פאר איר איינציגע שוועסטער הרבנית הצדיקת מקאלוב תליט"א.


בשם הקהלה האט אויפגעטרעטן הגה''ח ר' יעקב וויינגארטן שליט"א מחשובי המשפיעים בחצר הקודש ראחמיסטריווקא.


נאכן קדיש האט מען באגלייט די מיטה אין ריכטונג פונעם הר הזיתים, וואו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט געפירט די מיטה א שטיק וועג צווישן די הונדערטער מלווים.


די נפטרת איז געקומען לקבורה מבעוד יום אויפן הר הזיתים נעבן דעם אהל הק' פון אדמו"רי ראחמיסטריווקא.



תגובות


bottom of page