דינסטאג פ' ואתחנן - תשעה באב • ט' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין קרית פאפא אין וועסטשעסטער ווערן געמאכט די לעצטע הכנות אויפצונעמען טויזנטער תלמידי וחסידי פאפא וואס זענען ערווארטעט ביי די 40'סטע יומא דהילולא קדישא פון הרה''ק בעל "ויחי יוסף" מפאפא זי"ע וואס וועט געפראוועט ווערן דעם קומענדיגן י"ג אב, ספעציעל היי יאר ווען די הילולא קדישא געפאלט בעצם יום השבת און מערערע געסט פון דער גאנצער וועלט בתוך קהל רב גרייטן זיך קומען פראווען דעם שבת הילולא קדישא אין א געהויבענער אטמאספערע בשבת אחים יחד בעירו של אותו צדיק, קרית פאפא, כי שם חלקת מחוקק ספון אין שפיץ פון ממשיך שרשרת הקודש כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.
די עסקנים און סדרנים ארבעטן מיט גרויס פלייס צו מאכן די נויטיגע הכנות צוצושטעלן אש"ל פאר די מאסן תלמידים וחסידים, צווישן זיי הרבנים הגאונים גדולי תלמידי בעל ההילולא, וועלעכע וועלן אויפטרעטן במשך שבת מיט דרשות במשנתו של בעל ההילולא. די סיומי הש"ס וועט געמאכט ווערן דורכ'ן רבי'ן שליט"א ביים טיש בצפרא דשבתא, די תפילות און טישן וועלן געפראוועט ווערן אין היכל ביהמ"ד הגדול און די סעודות שבת אין א ריזן שאטער וואס ווערט אויפגעשטעלט אין צענטער פונעם שטעטל.
דעם ציון הקדוש וואס איז א גאנץ יאר א מקום וואו אידן פון אלע שיכטן און קרייזן קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ און זענען מתפלל להפקד בדבר ישועה ורחמים, ווערט איצט א צוצואינגס ארט פאר טויזנטער אידן וועלכע וועלן קומען זיך משתטח זיין און אויסבעטן ברכות וכל טוב בזכותו של אותו צדיק.
רחמנא אידכר לן זכותיה דיוסף צדיקא!
Comments