קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 8 דקות

דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי • כ''ג אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש
פייערדיגע אויפטריט פון הרב שלום רוקח נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא ביי איינע פון די מסיבות הכנה פאר נגידי בית בעלזא, לקראת דער גייסטרייכע "שבת היכלא דמלכא" וואס דער בעלזער רב וועט פראווענען אינעם גיגאנטישן די סיטי פעסטונג לטובת מרכז מוסדות בעלזא.
שיין בילד פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין א שמועס מיטן משפיע הרה"צ רבי יודל דייטש שליט"א בקודש פנימה די וואך.

האדמו"ר מסאטמאר איז מסדר קידושין ביי א חופה לבן אחד מחסידיו נעכטן מיטוואך פארנאכטס קורצליך נאכן אהיימקומען פון שפיטאל וואו דער רבי איז אריבער א סטענט פראצעדור אויפן הארץ.
דער איש החסיד הרב אפרים שטערן יו"ר מפעל עונג שבת יו"ט ומראשי הנהלת העדה החרדית ערהאלט ברכת קדשו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך אין בעפארברייטונג צום יערליכע מאסיווע חלוקה לכבוד יום טוב פסח.

א אינגל פארשטעלט ווי א פארמער ברענגט משלוח מנות פאר האדמו"ר מסאטמאר, א קארב מיט ניי געבוירענע הינער.

האדמו"ר מקאליש ווערט געזעהן פורים אנגעטוהן מיט א פולישן ספאדיק.

האדמו"ר מבאבוב ביים מקיים זיין דער אלטע מנהג פון רימפלען אום שושן פורים בבית מחותנו הנגיד החסיד ר' אברהם אהרן לעזער הי"ו אין בארא פארק.

ביים אנוואונטשן א בשותפות'דיגע אייניקל פונעם רב שליט"א און דער נדיב ר' אברהם אהרן הי"ו.

הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א אין א ריקוד נלהב ביים משתה היין ביום הפורים.

משלחת נכבדה פון די פני העדה פון חב"ד באטייליגן זיך ביים שושן פורים טיש בחצר הקודש צאנז קלויזענבורג, אלס הכרת הטוב נאכדעם וואס דער רבי האט באשיינט און אויפגעטרעטן אלס נואם הכבוד ביים גרויסן סיום הרמב"ם.

הרה"ח ר' אפרים יוסף עפשטיין הי"ו ביים איבערגעבן דעם נייעם ספר "בית יצחק" פאר האדמו"ר מסאטמאר ביים שמחת החתונה פון א אייניקל, די ספר איז ארויסגעגעבן געווארן דורך זיין זון הנגיד ר' יואל עפשטיין הי"ו מראשי ק"ק סאטמאר אין קרית יואל.

ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט״א איז מנחם אבל ביי משפחת ביטון שיחיו פון בית שמש, נאך די טראגישע אומקום פון דריי פון זייערע קינדער אין אן איראנער מיסיל אטאקע.
האדמו"ר מזוועהיל ווערט געזעהן עולה זיין לתורה ביים כותל המערבי, ביום תענית אסתר אין צייט ווען די כותל איז נאך פארשלאסן פאר מתפללים צוליב די אנגייענדע קריג מיט איראן.

ארבעה צריכים להודות: דער געוועזענער רב הראשי הגאון רבי ישראל מאיר לאו שליט"א ביים באקן מצות לקראת חג הפסח מיט פיר דורות צאצאים בליעה"ר, א זון, אייניקל, און אור אייניקל.

הרה"צ ר' מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א בנו הצעיר פון האדמו"ר מדושינסקיא ווערט געזעהן ביים שושן פורים טיש בחצר הקודש באבוב.

אויג-פארכאפנדע סקיצע פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול אין שכונת ויואל משה שע"י קיט"ל סאטמאר קרית יואל, וואס ווערט געבויט דורך די הנהלת הקהילה און תושבי השכונה.

האדמו"ר מסאטמאר שטרייכט אונטער די געוואלדיגע אויפטוה פון די תקנות העיר צו האלטן רענט פרייזן נידריג, אנצייכענענדיג אז אין קרית יואל איז די פרייזן ווייניגער ווי האלב פון וויליאמסבורג.
פייערדיגע דברי כיבושין והתעוררות פון הגה"צ רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א אבד"ק שערי תפילה מאנסי ביים סעודת פורים דהאי שעתה.
דער בעל מנגן ר' מאטי שטיינמעץ הי"ו איז מהנה אויפן טיש ביים משתה היין בצל רבו האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג אין ירושלים.

האדמו''ר מקרעטשניף סיגוט וויליאמסבורג ביי קריאת המגילה כמנהג קרעטשניף, לכבודה של ירושלים, אן א ברכה, ביים שושן פורים טיש אין קרית יואל.

האדמו"ר מצאנז ביים אנוואונטשן טאטעס בעלי שמחה ביים באזוכן די וואך אין די נייע יולדת אפטיילונג אין די לניאדא שפיטאל אין קרית צאנז נתני'.
האדמו"ר מתולדות מרדכי וויזניץ מערקט "קרישקעס" די וואך אויף די גאסן פון אתרא קדישא ליזענסק ארומגענומען מיט חסידים.

האדמו"ר מסקווירא ביים אנוואונטשן הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים אבד"ק סיגוט בן האדמו"ר מסאטמאר, ביים שמחת השבע ברכות היינט נאכמיטאג בחצרות סקווירא - וויזניץ פארגעקומען אין די עטרת טשארנא זאל בגלילות שיכון סקווירא, צוגעשטעלט דורך הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו פטרון כולל דברי אש.
דער פורים רב אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר אויף א באזוך אין די הויפטקווארטירן פון 'מפואר', צו געבן אן השגחה אויף די אלע חפצי קודש און נייע דזשודעיקא ערפינדונגען.

האדמו"ר מסקווירא אינאיינעם מיט בניו וחתניו הרבנים ביים מיטהאלטן די פרייליכע פורים שפיל דעם שושן פורים.

בגילופנ'דיגער חסיד ברעכט דורך בלאקאדעס צו באקומען א ברכה פון האדמו''ר מתולדות אברהם יצחק ביים פורים טיש.

לעגענדארער איש ליזענסק הרב שמחה קרקובסקי ביים מדליק זיין דעם נר תמיד על ציונו פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי''ע ביומא דהילולא קדישא.

פיליעריגע שותפים פון די גרענד פוד מארקעט הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו ביים זיך וואונטשן ביי האדמו"ר מסאטמאר ביום הפורים.

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביים אנוואונטשן גיסו הרה"ג רבי בנציון העשקאוויטש שליט"א בן הגה"צ רבי אפרים פישל הערשקאוויטש זצ"ל דומ"ץ צאנז קלויזענבורג לרגל די הנחת תפילין פון א אייניקל.

קבר רחל אמנו ווערט גערייניגט און איבערגעפרישט לכבוד יום טוב פסח הבעל"ט.

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג ביים שושן פורים טיש בקרב חסידיו ומעריציו אין קרית יואל.
די סטייל פראדאקשענס שטאב אינאיינעם מיטן פאטאגראפירער א. אייזנבאך ווערן געזעהן אין עגיפטן דורכאויס די לאנגע רייזע אנצוקומען צום הילולא קדישא כ"א אדר אין ליזענסק.

האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אין א ליבליכע שמועס מיט נכדו חביבו ונאמן ביתו הרב אברהם יצחק לעמבערגער הי"ו ביים שמחת החתונה די וואך בחצה"ק תולדות אברהם יצחק.

א זעלטענער ווידיאו פון די התייסדות פון קרית צאנז, לכבוד דעם זיבעציגסטן יארטאג פונעם היסטארישן הנחת אבן הפינה דורכן מייסד הקרי' הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע.
הרה"צ רבי חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים שליט"א, בנו הצעיר פון האדמו"ר מסאטמאר, ביי הבדלה נאך א געהויבענעם שבת קודש וואס ער האט אפגעראכטן צווישן די תלמידי המתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי.

בא'חנ'טע בילדער ווי אידן פון אלע שיכטן זענען זיך צונויפגעקומען אין די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי באתרא קדישא מירון צו הערן קריאת המגילה, טראץ דעם אנגעצויגענעם מצב המלחמה בארץ הקודש; עס ווערט באמערקט דער באקאנטער איש מירון הרה"צ רבי נפתלי פריעדמאן שליט"א וועלכער האט געדינט אלס בעל קורא.

הרה"צ רבי משה מרדכי כץ שליט"א בן האדמו"ר מוויען וחתן האדמו"ר מוויזניץ ביים מקיים זיין מצוות היום דעם יום טוב פורים אויף די רעגנדיגע גאסן פון וויליאמסבורג.

שטייענדיג א וואך נאכדעם וואס הנדיב הגדול לבית סאטמאר ר' ליפא פריעדמאן הי"ו האט צוגעזאגט 5,000 דאללער פאר ווער עס וועט אויספירן א שידוך פאר א בחור פון די נייע מתיבתא ד'סאטמאר ביז דעם קומענדיגע יאר, ווערט באקאנט איבער די ערשטע שידוך וואס איז געווארן אויסגעפירט דעם זונטאג ווי דער פרייליכע שדכן האט שוין ערהאלטן זיין טשעק, וואס איז איז אויסער די שדכנות געלט.


האדמו"ר מלעלוב בר אילן וואס איז פאריגע וואך געקרוינט געווארן אלס ממלא מקום אביו, איז מתפלל ביים ציון הרשב"י אין אתרא קדישא מירון, להיפקד בדבר ישועה ורחמים.

ביים עלייה לציון דורך האדמו"ר מוויזניץ די וואך לכבוד די יארצייט פון אביו הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצוק"ל, מערקט "קרישקעס" דער לעגענדארע משב"ק הרב בנציון שטאנגער און לידו הרב ליפא האגער שליט"א נכדו הגדול פונעם רבי'ן.

האדמו"ר מפינסק קארלין איז מתפלל ביים כותל המערבי מיט ספעציעלע ערלויבעניש נאך וואס דער גאנצע מתחם הכותל איז אין די טעג אפגעשפארט פאר באזוכער אין ליכט פון די מלחמה אין ארץ ישראל.
הרה"צ רבי ברוך הלברשטאם שליט"א בן האדמו"ר מגארליץ בקודש פנימה ביי האדמו"ר מבעלזא לכבוד די בר מצוה פון זיין זון למזל טוב.

פרייליכע ריקודין אויפן ירושלימער שטייגער ביים שמחת החתונה בחצר תולדות אברהם יצחק אין גבעת זאב.

שיין בילד פון האדמו"רים לבית ראחמיסטריווקא פון בארא פארק, מאנסי, לינדען, אוקענוויין און ספרינג וואלי ביים פארברענגען אינאיינעם ביים חתונה די וואך בחצה"ק ראחמיסטירווקא וויליאמסבורג.

האדמו"ר מתולדות אהרן איז מפציר ביי מחותנו גאב"ד מאקאווא צו וואונטשן דעם ציבור נאכן מעמד החופה בחצרות תולדות אהרן - מאקאווא, האלטנדיג די מיקראפאן לכבודו.

חסידי תולדות אהרן זקנים עם נערים ביים מיטהאלטן מיט אן ערנסטקייט די מצוה טאנץ פון האדמו"ר מתולדות אהרן ביים שמחת החתונה פון א אייניקל די וואך.

הרה"צ רבי חיים שלום הלברשטאם שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מבאבוב ביים שמחת פורים אין שטוב פון הנגיד ר' חיים מייזעלס הי"ו מחשובי חסידי באבוב.

הרב זלמן לייב פעלדמאן לעגענדארע שמש אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סט. מערקט קרישקעס אויף די וויליאמסבורגער גאסן ביום הפורים.

הייליג בילד פון גאב"ד מאקאווא אין א דביקות'דיגע מאמענט ביים שמחת החתונה די וואך בחצרות תולדות אברהם יצחק - מאקאווא.

חשובע גאסט אין די שומר שבת שטיבלעך אין בארא פארק, הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה וועלכער האט געדאווענט פארן עמוד, זייענדיג אין יאר נאך די פטירה פון אמו הרבנית ע"ה.
האדמו"ר מסאטמאר אין א שמועס מיטן משמח אלוקים ואנשים הרה"ח ר' יונתן שווארטץ הי"ו נאכן מסיבת הכרת הטוב וואס איז אפגערעכטן געווארן במעון קדשו פון רבי'ן פאר די תומכים פאר די סאטמארער מוסדות אין מאנסי.

דער באקאנטער קאנגרעסמאן מייק לאולער באזוכט דעם פורים ביי הנגיד החסיד ר' אביגדור עסטרטייכער הי"ו ראש הקהל סקווירא, ווערט געזעהן קאנגרעסמאן לאולער'ס אידישע געהילף העסקן הגדול ר' ראפי זילבערבערג הי"ו.

האדמו"ר מבית חיים יהושע ביים פאררייכערן א ציגאר ביים פורים טיש, כמנהג צדיקים.

חסידים באווארפן האדמו"ר מפאפא בארא פארק מיט דאללארן, בעת דער רבי איז ארומגעגאנגען נאך געלט פאר צדקה ביים סעודת פורים.

האדמו"ר מקרעטשניף קרית גת טאנצט אויפן טיש פורים בעת דער משתה היין לכבוד היום.

האדמו"ר מנדבורנה רייזט אפ צום יארצייט קיין ליזענסק דורך עגיפטן צוליב די מלחמה מיט איראן און די שוועריקייטן ארויסצופארן פון ארץ ישראל.
דער בארימטער משמח אלוקים ואנשים ר' יענקעלע קארנבליט הי"ו פון ירושלים אויף א באזוך די וואך אין קרית צאנז לעיקוואד.
האדמו"ר מסאטמאר אויף א באזוך די וואך אינעם נייעם לאקאציע פון 'העריטידזש זילבער' אינעם דאבעליו מאלל אין וויליאמסבורג, אונטער די אייגנטומערשאפט פון הנגיד ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און ר' וואלף מענדלאוויטש הי"ו ביידע מחשובי חסידי סאטמאר.
הרה"ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו מנאמני בית האדמו"ר מסאטמאר מערקט "קרישקעס" ביים ציון הק' אין ליזענסק דעם כ"א אדר.

העסקן ר' אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו ערהאלט ברכת קדשו פון האדמו"ר מסקווירא ביים חתונה הגדולה די וואך בחצרות סקווירא - וויזניץ.

הרה"צ רבי מאיר ראזנבוים שליט"א באזוכט ביי אחיו הגדול האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג דעם יום טוב פורים.

האדמו"ר מביאלא בני ברק ווערט געזעהן אין די פוסטע לוד לופטפעלד, איידערן זיך הייבן קיין ליזענסק מיט איינע פון די געציילטע פליגערס ארויס פון לאנד אין די טעג בעפאר כ"א אדר.

האדמו"ר מוויזניץ ווערט געפירט צום ציון הק' פון אביו הרה"ק הישועות משה מוויזניץ זצ"ל, אין א גאלף קאר צו פארגרינגען די לאנגע וועג ארויף צום אהל.
טויזנטער קוויטלעך ווערן ארויסגענומען פון צווישן די כותל שטיינער לכבוד פסח. דער רב הכותל הרב שמואל רבינוביץ איז מפקח אויף די ארבעט עס זאל נישט צוקומען צו קיין חששות אין די הארבע הלכות פון אריינגיין אינעם הר הבית.

די בארמיטע רענטעסטיק פארטי רענטאל פירמע, ביים אויפשטעלן די סטעידזשעס פאר די גרויסארטיגע חתונה בחצר הקודש באבוב-45 אינעם נייעם גרויסארטיגן ביהמ"ד דקהל באבוב-45.

האדמו"ר מזוועהיל שפאנט אויף די גבעת משה גאס אין ירושלים, אין באגלייטונג פון זיינע קינדערליך צו באזוכן ביים שוויגער הרבנית טווערסקי מראחמיסטריווקא לכבוד פורים.

הערליכע סצענע פון הונדערטער בחורים אנגעטון מיט געלע פעדערן אויף די הוטן ביים שושן פורים טיש בחצר הקודש באבוב 45.

העסקן הרב יהושע וויינבערגער הי"ו ביים איבערגעבן משלוח מנות וואס רבו האדמו"ר מבעלזא האט ספעציעל געשיקט צום זקן ראשי הישיבות הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א.

הרב חיים אלישע אייזן משב"ק האדמו"ר מבאבוב 45 טרעט אויף מיט חרוזין ביים טרינק סעודה דעם פורים.

האדמו"ר מבאבוב אין א פייערדיגן ריקוד מיט הגה"צ רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א און הגה"צ רבי נתן דוד בלום שליט''א ביידע רמי"ם אין די באבובער מתיבתא, ביים רומפלען אין די מתיבתא ביום שושן פורים.

גאב"ד מאקאווא אין א שמועס מיט מקורבו העסקן הרב מנחם גשייד ביים שמחת החתונה פון אן אייניקל ביים רב שליט"א די וואך.

המשפיע הגה"צ רבי אהרן טויסיג שליט"א פאררייכערט צום ערשטן מאל אין לעבן א ציגאר ביים סעודת פורים, כמנהג צדיקים.

שיין בילד פונעם מעמד החופה די וואך בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק צווישן די קליינע מאה שערים געסערליך.

דער איש ליזענסק הרב שמחה קרקובסקי ביים אויפנעמען די צוויי חשובע ברידער הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן רב מגדל העמק און העסקן הרב יעקב גראסמאן ביים הילולא כ"א אדר אין ליזענסק.

א ברכת מזל טוב פאר העסקן הגדול ר' יצחק ווייס הי"ו פון די פירנדע עסקנים אין ק"ק סאטמאר ירושלים לרגל די שידוך שליסן פון בתו הכלה בשעה טובה ומוצלחת.

