top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כאיש אחד ובלב אחד: חסידי סאדיגורא איינגעשפאנט צו מאסיווע 15 מיליאן שקל קאמפיין פאר'ן נייעם מרכז העולמי

מאנטאג פ' תזריע • כ"ט אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א פייער פון הרחבת גבולי הקדושה און פאראייניגטע אנטשלאסנקייט לעשות רצון צדיק הילט ארום חסידי סאדיגורא אלוועלטליך אין די ראמען פון די היסטארישע ברייט פארצווייגטע אונטערנעמונג וואס ווערט געלאזט אין גאנג, אויפצובויען א ריזן גיגאנטישן מרכז העולמי דחסידי סאדיגורא אין בני ברק, א מולטי-מיליאן דאלארדיגער פראיעקט וואס איז דאס געשפרעך פון טאג ביי חסידי סאדיגורא בכל מקומות מושבותיהם, און יעדער איז אנגעווארעמט מיט אן אש קודש צו העלפן דאס צושטאנד ברענגען.


ווי שוין באריכטעט דא אויף בחצרות, רעדט זיך עס פונעם אפקויף פון א ריזן נייעם שטח אויף רחוב גוטמאכער אין בני ברק, הארט נעבן דעם יעצטיגן מרכז העולמי דחסידי סאדיגורא, וואו עס וועט אויפגעבויעט ווערן א נייע ריזן בית המדרש און בנין המוסדות לשם ולתפארת, און דער יעצטיגער בנין בית המדרש הגדול וועט פארוואנדלט ווערן אלס אכסניא של תורה פאר די תלמוד תורה עקבי אבירים סאדיגורא.


די ערשטע שריט פון הקמת המרכז איז געמאכט געווארן ביים יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל עקבי אבירים זצ"ל, וואו ס'איז פארגעקומען א התרגשות'דיגע לחיים אין די נייע געביידע אויפ'ן נארוואס געקויפטע שטח, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, געאייגנט פאר די עמודי התווך פון מוסדות סאדיגורא, וואו דער רבי האט גע'חתמ'עט אויפ'ן מגילת היסוד און שטר המקח, און דערביי האט דער רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו און מחייב געווען אלע חסידים להטות שכם אחד, יחד נבנה, און מיט יעדנ'ס מיטארבעט אן מיטהילף וועט מען בעז"ה קענען מקים זיין דעם תל תלפיות וואס פעלט זיך וויכטיג אויס פאר'ן בליענדן וואוקס בליעה"ר, און קענען מרחיב זיין די גבולי הקדושה בתורה עבודה וגמ"ח.


אלס ערשטע אין סעריע פון אסיפות און מסיבות צו העלפן צושטאנד ברענגען דעם פראיעקט, איז לעצטע וואך אפגעראכטן געווארן דער גראנדיעזער מעמד "ששים גיבורים" ביים סעודת שלישי למילה לבן הנולד פונעם רבי'ן, וואו עס איז אויפ'ן פלאץ אויפגעטריבן געווארן אן אסטראנאמישע אכט מיליאן שקל פון די געלאדענטע נדיבים בעם, און אצינד גייט דער קאמפיין פאראויס, איינשפאנענדיג כל קהלא קדישא הדין, אויף א מאסיווע בליץ קאמפיין פון צוויי טעג, דינסטאג און מיטוואך תזריע, ווען דער גאנצער ציבור חסידים, פון אלע שטעט, האבן גענומען צילן, צו שאפן געלטער פאר בית חייהם, און העלפן שאפן דעם ציל פון 15 מיליאן שקל, די אסטראנאמישע סומע וואס האט געקאסט אפצוקויפן דעם גיגאנטישן שטח רבתי. 


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!

















Comentarios


bottom of page