top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • Bechatzros admin
  • 47false21 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
  • זמן קריאה 7 דקות
ree

דאנערשטאג פ' מקץ • כ''ח כסלו - ד' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש


המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א ביים אפרעכטן נענועים מיט די מנורה ביי א מסיבת חנוכה די וואך אין שטאט חיפה.

ree

האדמו"ר מסאטמאר ווערט געזעהן ביי א ברית פון אן אייניקל ביי הרה"ח הישיש ר' אלתר יחזקאל גליק שליט"א מחשובי חסידי סאטמאר אין קרית יואל, וואו דער רבי איז געווען סנדק.

ree

האדמו"ר מוויזניץ ירושלים ביים מיטהאלטן די נירות חנוכה ביי האדמו"ר מבעלזא די וואך.

ree

גאב"ד יאוואזשנא באגריסט זיך מיט האדמו"ר מסאטמאר ביים מעמד הודאה כ"א כסלו בשילוב מיטן שבע ברכות פונעם ערשטן אור אייניקל ביים רבי'ן, וואו דער רב שליט"א איז געווען א פעטער ביי די שמחה.

ree

הנגיד ר' שמואל דוד הערצאג הי"ו אייגנטומער פון די בארימטער "קדם" וויין פירמע אינאיינעם מיט הרב שבתי שמואל ווייס יושב ראש מכון שם עולם בקודש פנימה ביי האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג וואו זיי האבן ערהאלטן א מכתב ברכה והסכמה צום נייעם ספר "נאות דשא" על התורה ומועדים פונעם רבינס זיידן הגה"ק מנייטרא זצוק"ל, וואס מען גרייט זיך בקרוב ארויסצוגעבן לאור עולם.

ree

א גראפע סאטמארער חסידים פון לאנדאן אין א ריקוד לכבוד דעם יום ההצלה כ"א כסלו אויפן פליגער אהיים פון ניו יארק בהאי יומא רבא.


האדמו"ר מטאהש אין א פייערדיגער ריקוד מיט נכדו החתן ביים גרויסארטיגן שמחת התנאים די וואך ב' דחנוכה אין מאנסי.


האדמו"ר מלעלוב מיט זיין מידת הפשטות צינדט אן א ציגאר פאר נכדו החתן ביי די חתונה פאריגע וואך אין ביתר.

ree

האדמו"ר מסאטמאר אין א שמועס מיטן חרדישן שריפטשטעלער ר' אריה ארליך הי"ו וועלכער איז געקומען הערן דעם רבינס מיינונג איבערן ביטערן מצב מיטן גזירת הגיוס אין ארץ ישראל.


דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין א ריקוד מיט האדמו"ר מהארדענקא ביי א שבע ברכות פון א אייניקל אין ירושלים פארלפענעם וואך.

ree

דער מעיאר פון ירושלים משה ליאון ביים אנטיילנעמען ביים הדלקת נירות חנוכה די וואך בחצר הקודש גור, ווערנדיג באגלייט דורך שלוחי דרבנן הרב יצחק גאלדקנאפף הי"ו.

ree

הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א ביים אויספרובירן דעם נייעם פריש-ערצייגטער 'עינים' קליקער, אפצוציילן וויפיל מאל דער מענטש איז בייגעשטאנען א נסיון אין שמירת עינים.

ree

הרה"ג רבי אלחנן חיים פילאפף שליט"א חדב"נ האדמו"ר מסאטמאר ומו"ץ בקיט"ל איז נושא ונותן בהלכה ביי א בחינה פון "כולל דמשק אליעזר" ביי הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א.

ree

הבו גודל למקדשי השם: ביים סעודת הודאה אין ק"ק סאטמאר ירושלים ווערן געזען די דריי גיבורי חיל וואס זענען געזעצן אין טורמע צוליב זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס.

ree

אפציעלער מודעה מטעם בית האדמו"ר מבעלזא איבער נייע כללים אמבאלאנגט די אפטע ערשיינונג פון אריינטראגן חפצי קודש וכדומה אל הקודש פנימה, צו פארטיילן פאר נגידים א.ד.ג.

ree

די נייע מלכות'דיגע טישטעך וואס הנגיד רבי יעקב ראטה הי"ו אייגענטומער פון די בארימטע מפואר דשאדעיקא האט געשיקט קיין ארץ ישראל אלס דורון לתלמיד חכם פארן פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שכטער שליט"א לכבוד יום טוב חנוכה.

ree

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט איז מתפלל על קברה פון די באבע הרבנית מקרעטשניף ע"ה אויפן הר הזיתים, לכבוד די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן ערב חנוכה.

ree

בחורי חסידי צאנז פארצייכענען זיך על הכתב די פשעטל וואס האדמו"ר מצאנז טוט איבערגעבן יעדער נאכט ביי די מעמדי הדלקת נירות חנוכה.

ree

האדמו"ר מקאסאן באזוכט אין שטוב פין הרה״ח ר׳ נפתלי הערש צאלער הי"ו נאך די חופה פון א אייניקל די וואך אין בארא פארק.

ree

הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו ביים וואונטשן לחיים פאר מורו ורבו האדמו"ר מסאטמאר ביים מעמד הודאה כ"א כסלו.

ree

האדמו"ר מקאליב ביים מסיבת חנוכה בצילו פון זיין שווער הרה"צ רבי שמואל לוריא שליט"א מחשובי רבני סלונים אין ירושלים.

ree

האדמו"ר מוויזניץ ביים בענטשן די חנוכה געלט וואס איז פארטיילט געווארן דורכאויס חנוכה פאר אלע טויזנטער חסידים און די תלמידי המוסדות פון איבער די גארער וועלט.

ree

העסקן הרב יצחק אייזיק דאסקאל הי"ו ביים קאארדינירן דער גרויסער מעמד כ"א כסלו בחצר הקודש סאטמאר אינעם גיגאנטישן קראונהייטס ארמארי.

ree

האדמו"ר מסאטמאר באדאנקט זיך הערצליך פאר א פאליציאנט, וואס איז געשטאנען אויף די וואך ביים מעמד הודאה כ"א כסלו פארלאפענעם וואך.

ree

די הערליכע שולחן מלכים פון האדמו"ר מסאטמאר מלכות'דיג צוגעגרייט צום מעמד הודאה כ"א כסלו אינעם גרויסן שאטער ביי וואטערפראנט סקווער אין וויליאמסבורג.

ree

אונטער די קוליסן ביים מעמד הודאה כ"א כסלו אינעם גיגאנטישן שאטער ביי וואטערפראנט סקווער אין וויליאמסבורג, ווערן געזעהן דער מייסטער-פלאנירער הרב ארי' פרענקל הי"ו פון די בארימטע "AF פראדאקשאן" פירמע, און העסקן הגדול ר׳ נפתלי משה אינדיג הי"ו.

ree

א ירושלימער איד מבאי חצר הקודש תורת חכם איז מכה הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם מקיים צו זיים דעם מנההג פון דריידל שפילן אום חנוכה.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי ביים מיטהאלטן די נירות חנוכה ביי ש"ב האדמו"ר מסקווירא מאנסי.

ree

ההג"צ אבד"ק סערדאהעלי בית שמש שליט"א ביים מיטהאלטן די עבודת הקודש פון זיין איידעם האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט ביים הדלקת הנירות וואס די רבי האט אפגעראכטן אין שטאט בית שמש.

ree

פארשטערקערטע וואך ביי די מעמדי הדלקת הנרות בחצר הקודש סקווירא, נאך די שרעקליכע טעראר אטאקע די וואך אין סידני אוסטראליע.

ree

די כליזמר ארקרעסטרע אנגעפירט דורך היימישע בעלי מנגנים אנגעטוהן מיטן פארצייטישן חסידישן לבוש, זענען מהנה בשירה וזמרה ביים מעמד "בצלו" לטובת די סלאבאדקע ישיבה, פארגעקומען אין בארא פארק.

ree

האדמו"ר מביאלא טרעט אויף מיט דברי התחזקות פאר תלמידי ישיבת אורייתא אין ירושלים, ביי א באזוך אין ישיבה לכבוד יו"ט חנוכה.


האדמו"ר מוויזניץ ירושלים וואס איז אנגעקומען אויף די ימי החנוכה קיין ארץ ישראל, באטייליגט זיך ביים מעמד הדלקת נרות חנוכה בחצר הקודש וויזניץ אין בני ברק.

ree

גיגאנטישער מנורה פון לעמפלעך ארויסגעשטעלט לכבוד יום טוב חנוכה ביים ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין עיה"ק ירושלים.

ree

ביים מעמד הדלקת נרות חנוכה בחצר הקודש קרעטשניף כפר אתא, מערקט "קרישקעס" די בעלי מנגנים ר' יואל קליין פון ירושלים און מאטי אטיאס פון אמעריקא.

ree

האדמו"ר מאונגוואר ביים מיטהאלטן די חנוכה ליכט ביים שווער האדמו"ר מאלכסנדר זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל.

ree

האדמו"ר מקרעטשניף כפר אתא ביים פידל שפילן ביי די חנוכה ליכט כמנהג אבותיו הק' לבית נאדווערנע - קרעטשניף.


מחזה הוד ביים הדלקת נרות חנוכה בחצר הקודש צאנז וואו די בחורים פארשרייבן זיך די לומדישע פלפול וואס האדמו"ר מצאנז טוט איבערגעבן יעדער נאכט פון די ימי החנוכה.


חייב אדם לומר בלשון רבו: א זמירות לחנוכה נוסח וויזניץ ערשיינט מיט אלע תנועות פון די צדיקי בית וויזניץ בכל דקדוקיה.

ree

ברא כרעא דאבוה: הגה"צ רבי ישראל קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בארא פארק ביים אראפלייגן א פייערדיגער עבודה ביי די חנוכה ליכט אין שטאט מאנטשעסטער.


האדמו"ר ממעזיבוז ביים טאנצן אשת חיל פארנט פון די חנוכה ליכט, אלס סגולה לרפואה פארן רעבעצין שתחי' לרפואה שלימה.


האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן באטייליגט זיך ביי א בר מצוה דעם מוצאי שבת אין אנטווערפען ביי איינע פון די נגידי העיר מגדולי תומכי המוסדות.


האדמו"ר מסקווירא מב"פ ביים מיטהאלטן די טעגליכע מעמד הדלקת נרות בבית מדרשו, דורכ'ן לעגענדארן משב"ק בבית סקווירא מב"פ, הרה"ח ר' שלמה זלמן קאלאדני הי"ו.

ree

דעם דאנערשטאג נאכמיטאג איז האדמו"ר מקאשוי אנגעקומען אויף א באזוך בבית אחיו הגדול הרה"ג ר' שאול שלום בלום שליט"א אויף א לחיים לכבוד היום הגדול כ"א כסלו ווען הרב שאול שלום שליט"א איז ברוב רחמיו וחסדיו געראטעוועט געווארן אינאיינעם מיט להבחל"ח אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל אנקומענדיג קיין שווייץ אויפ'ן טראנספארט אינאיינעם מיט הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

ree

פארלאפענעם מוצאי שבת האט האדמו"ר מצעהלים פארטיילט א ספעציעלע מתנה "ארץ ישראל'דיגע שטיינער", פאר אלע קינדער וואס האלטן מיט די אבות ובנים אין ביהמ"ד, די שטיינער האט דער רב שליט"א פערזענליך געברענגט פון ארץ ישראל, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן עטליכע וואכן אויף אפרוה.

ree

אינעם ביהמ"ד ביים ציון הק' פון התנא רבי מאיר בעל הנס אין טבריה מערקט "קרישקעס" האדמו"ר מפינסק קארלין זייענדיג עוסק בתורה בהתמדה רבה. אויפן אונטרשטן באנק ווערט געזעהן העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו פון בארא פארק.

ree

חסידי צאנז זוועהיל האבן זיך געוואונטשן מזל טוב לרגל די דאפעלטע שמחה בבית רבם ומאורם האדמו"ר מצאנז זוועהיל, די געבורט פון אן אייניקל ביים רבי'ן, א זון ביי בנו בכורו הרב אלעזר ניסן שליט"א, און במיוחד די גרויסער שמחה בו ביום ווען עס איז געבוירן געווארן די ערשטע אור אייניקל ביים רבי'ן, א זון ביי נכדו הרב יוסף מאיר כהנא שליט"א, אן איידעם ביי בנו בכורו הרב אלעזר ניסן שליט"א.

ree

הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א באגריסט העסקן הרב אפרים שטערן שליט"א מגדולי עסקני ק"ק סאטמאר ירושלים ומראשי הנהלת העדה החרדית, ביים מעמד הודאה דעם כ"א כסלו אין ירושלים.

ree

ביים סעודת הודאה לרגל דער הצלה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע כ"א כסלו אין אנטווערפן האט דער גאסט רעדנער הרה"ח ר' יוסף חיים האלפערט הי"ו פון שווייץ געצייגט דעם 'רבינ'ס הוט' פון בערגן בעלזן לאגער, וואס זיין פאטער האט באקומען פון רבי'ן אלס מתנה באלד נאכן באפרייאונג. דער עולם איז געשטאנען אין די ריי אנצוטון דעם הייליגן הוט, צומארגנס האט ער ווידער געצייגט דעם הוט ביי זיין באזוך אין די סאטמארע תלמוד תורה אין אנטווערפען.

ree
ree

הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה ביים דאווענען פאר'ן עמוד אין ביהמ"ד סאטמאר לעיקוואד זייענדיג אין די י"ב חודש לפטירת אמו; דער ראש הישיבה האט זיך דערנאך אויסגעדרוקט פאר די אנוועזנדע אז ס'איז די ערשטע מאל וואס ער דאוונט מיט א גארטל.

ree

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג מערקט "קרישקעס" אין קראלי ביהמ"ד די וואך, אין א באגעגעניש מיט הרב יוסף אייכל הי"ו פון די נאנטע מקורבים ביי אביו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל.

ree

שיין בילד פון האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג פארטיפט איבער א הויפן ספרים בשעתן איבערגעבן דעם לומדישן פלפול בימי החנוכה.

ree

הרה"ג רבי דוד שלמה עקשטיין שליט"א מנה"ר בישיבה גדולה סניף "דברי יואל" טרעט אויף ביים מעמד לכבוד כ"א כסלו צוזאמען מיט די תלמידי ישיבה גדולה דסאטמאר נאך וואס דער רבי האט אים געבעטן איבערצוגעבן פאר די בחורים, וואס ער האט אליינס מקבל געווען פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס דער רבי האט ביי א געלעגענהייט אים פערזענליך געזאגט איבער דעם נושא, וואס רבי דוד שלמה שליט"א האט טאקע פארגעשטעלט פאר די בחורים בלשונו לשון לימודים, מיט א געוואלדיגן דייקנות.

ree

האדמו"ר ממעזיבוז ביים צינדן די נירות חנוכה מלובש מיט א בעקיטשע פון זקינו הרה"ק רבי איתמר מנדבורנא זי"ע.

ree

האדמו"ר מסערט וויזניץ פארטיילט חנוכה געלט פאר נכדו הילד, זון פון בנו הגדול הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א בעת דעם רבינס באזוך אינעם תלמוד תורה אין רמת וויזניץ חיפה.

ree

האדמור"ים מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי און גדולת משה זוועהיל ביים מיטהאלטן די סעודת מלוה מלכה אין די אכסניא פון האדמו"ר מזוטשקא אין מאנסי, פאריגן מוצאי שבת.

ree

די בארימטע רענטעסטיק פארטי רענטאל פירמע ביים צוזאמנעמען די ריזיגע סטעידזשעס נאכן גרויסארטיגער סעודת הודאה כ"א כסלו בחצר הקודש סאטמאר, אין א בליץ שנעלע אפעראציע פון בלויז געציילטע שעות.

ree

כמנהג אבותיו: האדמו"ר מדושינסקיא ערשיינט מיטן מנורה אין ביהמ"ד צום מעמד הדלקת נרות דעם ערשטן ליכטל חנוכה.

ree

האדמו"ר ממבקשי השם אין א פרייליכער טאנץ מיט די קינדער שיחיו ביים מעמד הדלקת נירות חנוכה בבית מדרשו אין בני ברק.

ree

אחדות אין סאטמאר: הנגידים ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש און ר' אברהם בראך מראשי קהילת סאטמאר וויליאמסבורג באזוכן באין די אכסניא פון הגה"צ גאב"ד רמת שלמה אין שטוב פון הנגיד ר' אברהם בנימין קרויס סגן ראש הקהל סאטמאר אין קרית יואל.

ree

גאב"ד מאקאווא און הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן רב מגדל העמק אין א באגעגעניש די וואך, וואו דער מאקאווא רב האט געשאנקן דעם רב מיטן נייעם ספר עטרת משה פון אביו גאב"ד מאקאווא זצ"ל.

ree

שיין בילד פון האדמו"ר מסאטמאר אין א שמועס מיט בנו הגדול הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביי איינע פון די שמחות השבע ברכות די וואך.

ree

דער מייסטער ארגאניזירער ר' יוחי פליישמאן פון די בארימטע "וויי עף" פראדאקשאן ערהאלט ברכת קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר נאכן באגלייטן מיט די געניטע פלאנירונג און לאגיסטיקס צום מעמד כ"א כסלו אינעם גיגאנטישן קראונהייטס ארמארי.

ree


bottom of page