top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גערער ישיבות אין חצור ווערן איינקווארטירט אין ירושלים אין ליכט פון מלחמה-אטמאספערע אין צפון

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ו תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

אין צייט וואס עס הערשט אן ערנסטע מלחמה-אטמאספערע אין ארץ ישראל האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אין א דראמאטישע מעלדונג געהייסן, אז אלע תלמידי הישיבות דחסידי גור אין שטאט חצור, זאלן אריבערקומען לערנען אין ירושלים עד יעבור זעם.


אין א מודעה וואס איז היינט איבערגעגעבן געווארן דורך הרב יצחק מאיר טאמאן שליט"א מזכיר בית כ''ק האדמו"ר מגור שליט''א, האט ער איינגעמאלדן די הנהלת הישיבות אין חצור, אז אין ליכט פון די פרישע אנגעצויגענע מלחמה צושטאנד, זאלן די בחורים זאפארט פארלאזן די ישיבות און אריבערקומען קיין ירושלים, ווי די סדרי הישיבה וועלן ווייטער אנגיין ווי געהעריג אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים.


די בחורים וועלן איינקווארטירט ווערן אין די בניני המוסדות אין ירושלים וואו עס וועט צוגעשטעלט ווערן אלע רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע געברויכן פאר די בחורים, כדי די בחורים זאלן קענען זיצן און לערנען מיט הרחבת הדעת טראץ די אנגעצויגענע צייטן ווען מחוץ תשכל חרב.

Comentários


bottom of page