top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בן י"ג למצוות • שמחת הבר מצוה לנכד האד' מסאטמאר זוהן פון הגה"צ אבד"ק סיגוט

דינסטאג פ' קדושים • כ"ט ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


פארגאנגענעם מיטוואך איז געפראוועט געווארן די שיינע רבישע שמחה בחצר הקודש סאטמאר, די שמחת הבר מצוה לנכד כ"ק האדמ"ר מסאטמאר שליט"א א זוהן פון הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט. מיטוואך אינדערפרי איז די רבי שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק און געדאווענט שחרית אינעם בנין התלמוד תורה 'ליפא פריעדמאן' לרגל די שמחת הנחת תפילין.


עס האבן מיטגעדאווענט די הונדערטער תלמידים פון כתות ז׳ ח׳ ט׳, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש בעניני קדושת תפילין, באגלייט מיט דברי התחזקות בלימוד התורה, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר די מרביצי תורה און תלמידים.


דערנאך האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטיל, דער רבי האט געטרינקען לחיים, פארטיילט שריים פאר די מלמדים, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר אלע תלמידים און די הנהלת המוסדות, און עקסטער פארן נדבן הבנין הנגיד ר׳ ליפא פריעדמאן הי"ו.


אויפדערנאכט האט די רבי שליט"א מפאר געוועהן בראש השמחה ביים שמחת הבר מצוה, וואס איז פארגעקומען אין די פרדס פיגא זאלן אין וויליאמסבורג. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, און משמיע געווען קורצע דברות קודש, דערנאך איז דער ציבור אדורך וואונטשן לחיים און דער בר מצוה בחור האט געזאגט די פשעטיל, דערנאך האט הגה"צ אב״ד סיגוט שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד די שמחה, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור.











































Comments


bottom of page