טויזנטער אידן שוין אנגעקומען קיין קערעסטיר צום הילולא קדישא ג' אייר; וויכטיגע אנווייזונגען מטעם העסקנים
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' אחרי קדושים • ב' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין צייט וואס שווערע טויזנטער אידן געפונען זיך אויף די וועג און שטעגן קיין קערעסטיר אונגארן, צום הילולא קדישא פונעם מופת הדור הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע וואס געפאלט אויס היינט נאכט ג' אייר ווערט איבערגעגעבן א רייע וויכטיגע אנווייזונגען פאר די פוקדי הציון.
בראשון וראשון קומט צו היי-יאר א גאר דראסטישע דורכברוך, דערנאך וואס אין די לעצטערע יארן איז מען געווען געצווינגען אפצושפארן די גאנצע שטאט קערעסטיר, און מ׳האט געמוזט פארקירן ווייט אינדרויסן, זיך שלעפן מיט די פעקלעך אויף די לאנגע שאטעלס, און מיטלעבן אומבאקוועמע סיטואציעס אויפ׳ן וועג צום הייליגן הויז און צום ציון הקדוש, אי נאך גרויס אינטערווענץ און שתדלנות ביי די לאקאלע באאמטע, געלונגען פאר נכדי הצדיק ראשי ״רבי ישעי׳לעס הויז״ – האבנדיג די אויסשליסליכע לעגאלע רעכטן אויף די סדר הילולא אינעם גאנצן שטאט – צו אויסשטעלן א גענצליך נייע סיסטעם וואס וועט דראסטישע לינדערן די שוועריגקייטן אין די לעצטערע יארן, דאס איז א פראבע אויף דעם יאר.
מ׳וועט בעז״ה קענען אריינפארן מיט פריוואטע אויטאס און באסעס אינעם שטאט קערעסטיר - מ׳וועט צופארן צום צענטראלן הכנסת אורחים און צרכי ציבור ביי די קאמפלעקסן פון ״רבי ישעי׳לעס הויז״ - דער הויפט שטראז וואס האט געווענליך צוויי קעגנזייטיגע פארקער, וועט ווערן א ״איין-לעין״ - די אנדערע לעין וועט זיין דעזיגנירט פאר די באסעס צו אראפלאזן דעם ציבור.
עטליכע מינוט פון די הייליגע הויז, פון הונטער די ריזיגע שאטערס, ווערט צוגערישט א גיגאנטישע פארקינג לאט פאר אלע פריוואטע אויטאס. ביי די קאמפלעקסן פון ״רבי ישעי׳לעס הויז״, וואס ווערט פארוואנדלט אלס דער הויפט אפשטעל ביים אריינקומען אין שטאט, וועט זיין צוגערישט מכל טוב וטוב זיך צו בארואיגן פון די רייזעס, מניני תפלה, און אזוי אויך שמירת חפצים צו אראפלאגן די פעקלעך.
עס וועלן זיין באקוועמע שאטעלס פאר די קורצע דריי-מינוטיגע וועג צום ציון הקדוש פאר די גאנצע ציבור. דער הויפט שטראז פון און צום ציון וועט זיין פארמאכט פאר אויטאס, בלויז די שאטעלס וועלן פירן דעם ציבור ארויף און אראפ, גרינג, שנעל, און באקוועם.
אזוי אויך קען מען ארויפגיין צופיסנס וואס דויערט ארום צען מינוט – עס וועלן זיין אנגעצייכנטע פלאקאטן מיט אנווייזונגען. מ׳וועט קענען אויך ארומפארן אין די גאנצע שטאט – אבער נעמט אין אכט: די באקוועמסטע מהלך איז צו פארקירן די אויטא ביי די גיגאנטישע פארקינג לאט.
אזויווי ס׳איז בלויז א פראבע אויף דעם יאר, האבן די באאמטע געבעטן כדי ס׳זאל נישט צוקומען צו גרידלאק, מ׳זאל פארמינערן די פריוואטע אויטאס, און ענדערש אריינקומען דורך די פובליק באסעס. קאסטבארער פראיעקט ווערט אויסגעפירט לטובת די טויזנטער עולי הציון הק׳ דורך די עסקנים מיט א תפלה אלעס זאל פארן כשורה און זיך אויסארבעטן לתועלת אלופי אלפי פוקדי ציון הק׳.



















































































































תגובות