געפלאנטע נסיעה דורך האד' מסאטמאר ביי סאטמארער שחיטה אין אייאווע צוליב פייער אין גיגאנטישע בית השחיטה קאמפלעקס
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א לעצט מינוט'יגע טויש אין פלאן איז אפגערופן געווארן די געפלאנטע נסיעה דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביי מהודר'דיגע סאטמארערע שחיטה אין אייאווע אין ליכט פון א העלישע פייער וואס האט אויסגעבראכן היינט פארטאגס אין די גרעסטע כשר׳ע בית השחיטה אין אמעריקע, "אגרי-סטאר" סטאנציאנירט אין שטאט פאוסטוויל, אייאווע.
די שעכט-הויז ווערט באנוצט דורך די באקאנטע מהודר'דיגע שחיטה אין קרית יואל, וואס שעכט דארט די בהמות גסות פאר טויזנטער אידן יראים ושלמים, מדקדקים בכשרות וועלכע זענען מהדר זיך צו באנוצן אין שטוב און ביי שמחות, דייקא מיט פלייש פון די מהודר'דיגע סאטמארער שחיטה, אונטער די פערזענליכע השגחה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
די פלענט איז באקאנט ביי היימישע אידן אלס ׳רובאשקין׳ צוליב די תקופה וואס עס האט געהערט פאר הרה"ח ר׳ שלום מרדכי רובאשקין הי"ו און זיין פאמיליע. היינט צוטאגס איז עס אונטער די אייגענטומערשאפט פונעם פילאנטראפ הנגיד ר׳ הערשי פרידמאן הי"ו פון מאנטריאל, און שטעלט צו ארבעט פאר הונדערטער אידן וועלכע וואוינען דארטן און ארבעטן אינעם בית השחיטה אלס שוחטים און פילע אנדערע פאזיציעס.
היות די ארבעט ביים פלענט איז אפגעשטעלט אויף דערווייל, צוליב די ערנסטע שאדן אלס רעזולטאט פון די שריפה איז אפגערופן געווארן די נסיעה וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געזאלט אונטערנעמען אהין מארגן מיטוואך אויפן וועג אהיים פונעם מקום הנופש אין ניו העמפשיר, כדרכו יעדער תקופה, צו מפקח זיין אויפ'ן גאנצן סדר השחיטה, ווי באקאנט די אויסטערלישע כחות וואס דער רבי שליט"א לייגט אריין במשך אסאך יארן נאכאנאנד, אויפצוהייבן דעם כשרות-ניוואר ביי די סאטמארער שחיטה, אז עס זאל זיין אוועקגעשטעלט מיט אלע חומרות.
די נסיעה איז אפגעשטופט געווארן אויף א נאנטע געלעגנהייט ווען מען וועט ווידער אנהייבן די ארבעט אינעם שעכט הויז, גלייך נאכדעם וואס די שאדן וועלן פארראכטן ווערן און דער פאבריק וועט ווידער צוריק אריינגיין אין דינסט.





