מיליאן דאללער אויפגערטיבן ביי סוקסעספולע באנקעט "יסוד הבנין" לטובת בניית ביהמ"ד החדש ד'קהל יטב לב שכונת ווערנאן
- בחצרות הקודש

- 29 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' בא • כ"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

א גאר מוצלח'דיגע באנקעט איז אפגעהאלטן געווארן דעם מוצאי שבת העעל"ט דורך די הונדערטער חברי קהל יטב לב ד'סאטמאר שכונת ווערנאן אין וויליאמסבורג וועלכער האבן בס"ד גומר געווען דעם מקח אויף איינע פון די צוויי שטחים וואס מען איז אריין אין קאנטראקט מיט עטליכע חדשים צוריק, הארט נעבן די ביז יעצטיגע צייטווייליגע ביהמ"ד החדש אויף ווערנאן עוו. ווי עס וועט בעז"ה ווערן אויפגעבויעט דער בנין בית המדרש החדש צו דינען אלס תל תלפיות פאר סאטמארע חסידים אין דעם געגענט, בנוסף האפט מען אין די גאר נאנטע צוקונפט צו קענען גומר זיין דעם מקח אויפן צווייטן שטח, און תיכף דערויף צוטרעטן צו די מלאכת הבני'.
לרגל דעם "גמר המקח" איז פאריגע וואך מוצאי שבת קודש אפגעהאלטן געווארן א פרעכטיגע באנקעט בראשות כ”ק אדמו”ר מסאטמאר שליט”א, א "מעמד יסוד הבנין ומסיבות הוקרה" פאר די הונדערטער תושבים פון "שכונת ווערנאן", וואס האבן מיט זיך אנגעשלאסן מיט ריזיגע סכומים לטובת דעם קאסטבארע פראיעקט.
ביי די מסיבה איז דורך די תושבי השכונה זעלבסט אריינגעקומען די פאנטאסטישע סומע פון "א מיליאן דאללער" אין צוגאב צו די ערשטע פיר מיליאן דאללער וואס איז שוין געשאפן געווארן צווישן די תושבי השכונה, וואס די סך הכל באטרעפט א געשאצטע "45 פראצענט פון די קאסט פונעם פראיעקט".
דער מעמד איז געעפנט געווארן דורך דער בארימטער רעדנער הר"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו. אנהייב פונעם מסיבה איז פארגעקומען א פאנעל מיט די בוי-מייסטער, קאנטראקטער, דיזיינערס, און מאגעדזש בראוקער וואס זענען געוועהן אריינגעטוהן אין דעם פראיעקט. דברי ברכה איז געהערט געווארן דורכן דיין הביהמ"ד הרה"ג ר' יהוסף שווארץ שליט"א, און הערליכע חרוזין דורכן טאלאנפולע בדחן הרב אלעזר קליין. מיט א יראת הכבוד האט מען זיך דאן צוגעהערט צו די דברי אלוקים חיים פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
עס איז געוועהן א מחזה הוד ביים סוף פונעם מעמד הוקרהווען די קרוב צו 300 בוני הבית יסודי הבנין האבן זיך דורכגעשלענגעלט אין די רייע, און גע'חתמ'עט א גאלדענעם שטר שותפות מיטן רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט די וועד קרן הבנין, און זיך אנגעשלאסן מיט פאנטאסטישע חודש'ליכע סכומים שאפנדיג א קאלאסאלע סך הכל פון "העכער א מיליאן דאללער" אוועקצושטעלן א יסוד איתן לבנות את בית ה'.






























תגובות