top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראשונים לדבר מצוה: ערשטע מסיבת שותפות והתקשרות לטובת אויפבוי פון נייעם ביהמ"ד דחסידי צאנס קלויזנבורג אין בני ברק

מיטוואך פ' אמור • ז' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: אייזיק י.


א גאר רייכע און עלעגאנטע מסיבה איז פארגעקומען דעם מאנטאג אויפדערנאכט אין שטאט בארא פארק, די ערשטע אין די סעריע מסיבות אויפצורטייבן סכומים אדירים לטובת די אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד המפואר דחסידי צאנז קלויזנבורג אין שטאט בני ברק, וואס איז אצינד משאת נפשו פון כ''ק האדמו''ר מצאנז קלויזנבורג שליט''א.


די מסיבה איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד ר' נפתלי טעסלער הי"ו פאר געלאדענטע נדיבים בעם, די ראשונים לדבר מצוה וועלכער האבן זיך אנגערופן צו די קריאת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א מיט קוים עטליכע טעג צוריק און זיך אנגעשלאסן אלס א שותף מיטן רבי'ן שליט"א מיטן ביישטייערן דער סכום פון 18,000 דאללער פארן נייעם ביהמ"ד אין בני ברק.


די מסיבה איז באקרוינט געווארן מיטן פערזענדליכן השתתפות פון כ"ק האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א וועלכער האט משמיע געוועהן דברות קודש ודברי ברכה לכבוד הנאספים. נאכן מסיבה האט די רבי אויפגענימען די נגידים מיט קוויטלעך און יעדן געוואונטשן ברכות עד בלי די.
























תגובה אחת


אורח
21 במאי

א קידוש השם

לייק
bottom of page