מוצאי שבת פ' ויחי • י"א טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
דעם זונטאג נאכט, אור ליום ו' טבת, יומא דהילולא קדישא פון הייליגן שינאווער רב בעל דברי יחזקאל זי"ע, האט זיך אנגעזען א ריזיגער ציבור אידן מכל קצוי תבל וואס זענען געקומען מתפלל זיין אויפ'ן ציון הק' אין שינאווא און האבן שוין אויך מיטגעהאלטן דעם גרויסארטיגן מעמד הנחת אבן הפינה פאר'ן נייעם בנין מפואר וואס מ'בויט יעצט סמוך ונראה למנוחת קדשו.
ווי שוין באריכטעט ווערט אהערגעשטעלט א הערליכע געביידע אין שיניאווע, א כלילת יופי, וואס וועט אנטהאלטן אלע באדערפענישן וואס אידן נויטיגן זיך זייענדיג אין דער פרעמד. רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע אנגעלעגנהייטן. די עסקנים לבית שינאווע זענען לאנג געווען פארנומען מיט די העפטיגע הכנות צו קענען אהערשטעלן דעם ריזן מעמד. און ב"ה אז עס איז אריבער אויף א הערליכן פארנעם.
צום באשטימטן צייט האט א גרויסע ציבור זיך פארזאמלט אויפן גרויסן באדן ביים שטח הבניה פונעם הערליכן נייעם בנין ווי עס איז סערווירט געווארן א סעודת הילולא רבתי לכבודו של יום ולכבוד המאורע, דער יושב ראש הרב ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן האט איינגעלייטערט די מעמד מיט פאסיגע דברי פתיחה.
אויפן אויבן אהן זענען געזעצט געווארן די רבנים ואנשי שם און נכדי בעל הההילולא וועלכע זענען ספעציעל געקומען צופארן פון איבעראל לאתרא קדישא דמר ביומא דהילולא דיליה, און אין די זעלבע צייט צו באשיינען די דאזיגע מעמד, און שיינע דרשות איז געהערט געווארן בגודל קדושת הזמן והמקום פון די אורחים נכבדים כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א, הגה"צ אב"ד טארנאפאל שליט"א, הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א און פון הרב לייבוש באב''ד יושב ראש בית שינאווא, וועלכע האט איבערגעגעבן א באריכט פון די בוי ארבעט ביז אהער, און די ווייטערדיגע פלענער.
נאך די רייכע סעודה האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט ווען מען האט געגאסן די הייליגע יסודות און אבן הפינה צום הייליגן בנין, עס זענען מכובד געווארן צו גיסן צימענט כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א, אבד"ק טארנאפאל, אבד"ק תפארת משה, הגרח"צ מייזליש, און די אנשים מכובדים: הרב זלמן לייב וואלדמאן פאטער פונעם פטרון שם הבנין הרבני הנגיד ר' יוסף זאב וואלדמאן הי"ו, הנגיד ר' יצחק פרנס הי"ו מבוני בית שינאווא ונכד בעל ההילולא, הרב בעריש וואגשאל שליט"א מבוני בית שינאווא ונכד בעל ההילולא, און נאך אנשים מכובדים.
Komentar