זונטאג פ' וישב • י"ד כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
פארלאפענעם מיטוואך נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעהאלטן א ספעציעלער באזוך ביים נייעם הערליכן מקוה טהרה דקהל מחזיקי הדת, אויפן פערזענדליכן איינלאדענונג פונעם מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א, וועלכע האט פארבעטן דעם רבי'ן שליט"א צו קומען זעהן פונדערנאנט די פילע חומרות והידורים אין די נייע מקוה וואו עס ווערט אין די יעצטיגע טעג פארענדיגט די בוי ארבעט לשמחת לבם פון די טויזנטער תושבי העיר היראים והחרדים לדבר השם.
דער רבי איז געקומען אין באגלייטונג פון די מקורבים און משמשים בקודש, וואו דער אנטווערפענער רב שליט"א און די חברי הבית דין צדק דקהל מחזיקי הדת האבן צוגעוויזן די פילע הידורים. דער רבי איז ארויפן אויפן דאן פונעם בנין און באטראכט די אוצרות מי גשרים און איבערגעקוקט יעדע דעטאל און פרט בתכלית הכשרות, ס'איז געווען מחזה הוד צו זעהן די פלפולי דאורייתא וואו מען האט דן געוועהן בכובד ראש אויף יעדן דקדוק קל בהלכה, זיכער צו מאכן אז די נייע מקוה איז געמאכט מיטן העכסטן דרגא אין כשרות. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם בנין המקוה וואו דער רבי שליט''א האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן מרא דאתרא ער זאל זוכה זיין צו זעהן דעם בנין עומד על תילה ווי אמשנעלסטן, להרבות טהרה בישראל.
Comments