מאנטאג פ' ויצא • א' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אנשיל בעק
פארגאנגענעם וואך אין טאג פון כ"ה חשוון איז אפגעצייכנט געווארן די 75'סטע הילולא פון הגה"ק רבי מרדכי מבילגרייא זצ"ל, אין אלע בעלזער צענטערן האט מען מעלה געווען זכרונו הבהיר וצדיק מה פעל, ובפרט בצל קדשו פון בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א בקרתא דשופריא איז די הילולא קדישא פאראיבער מיט א גרויס התעוררות ורגשי עילאה.
בליל ההילולא איז דער רב שליט"א אריינגעקומעם צום שולחן הטהור און סעודת הילולא אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא, וואו דער רב איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה. אנהייב פונעם טיש זענען פילע חסידים דורך מסיים זיין מסכתות לעילו נשמתו פונעם בעל ההילולא, צווישן זיי איז געוועהן הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א און עטליכע פון די קינדער.
צווישן די אנשים חשובים ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן גאב"ד מאקאווא און האדמור"ים מסטרופקוב, שאץ ירושלים, באסטאן ביתר, ליטשיק און נאך. דער רב שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס און מכבד געוועהן מיט שבע ברכות לכבוד די חתנים ביים טיש, די אנוועזנדע אדמור"ים ורבנים.
צומארגנס איז דער רב שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד צו שחרית אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש, און געזאגט אלע קדישים לכבוד די יארצייט. נאכן דאווענען איז מען ארויסגעפארן צום ציון אויפן בית החיים העתיק אין עיה"ק טבריה. צו פארגרינגערן די נסיעה איז איינגערישט געווארן א באקוועמע ספרינטער, אין וואס דער רב זאל קענען פארן די לאנגע נסיעה מיט א רואיגקייט. אויך איז - מחמת חולשת גופו פונעם רב שליט"א - אויפגעשטעלט געווארן א ספעציעלער בריק אנגעהויבן ביים אריינגאנג צום בית החיים ביז צום ציון צו קענען גרינג אנקומען.
נאכמיטאג איז דער רב שליט"א אנגעקומען צום ציון וואו עס זענען געוועהן פארזאמלט טויזנטער חסידים און די תלמידי הישיבות הקדושות. דער רב האט פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים און קדיש, און הרה"ח ר' יעקב שיף האט געזאגט די ק-ל מלא רחמים פארן רב שליט"א ובנו הרה"צ בעבור שנדב 180 דאלער למרכז מוסדות בעלזא. דערנאך האט דער רב שליט"א געזאגט תורה כנהוג און איינגעריסן א תפילה חרישית, לישועתן של ישראל.
Comentarios