יזכור אהבתו: הילולא קדישא פון הרה"ק הישועות משה מוויזניץ זי"ע בצל בנו האד' מוויזניץ
- 12 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי • כ''ג אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער
מיט רגשי קודש און התעלות האבן המוני חסידי וויזניץ אפגעראכטן דעם יומא דהילולא קדישא כ' אדר פונעם רעיא מהימנא, הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, בצל הקודש פון בנו הצעיר, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, אינעם ביהמ"ד הגדול "מרכז חסידי וויזניץ" אין בני ברק
זונטאג נאכט, ליל יומא דהילולא רבה, איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול געצינדן ליכט און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב, נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי ערשינען צום עריכת השולחן הטהור סעודת ההילולא רבתי. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און געמאכט דעם סיום הש"ס, וואס איז געלערנט געווארן דורך די חסידים לעילוי נשמתו הטהורה פונעם בעל ההילולא, און דערנאך געזאגט קדיש, באזונדער האט דער רבי געמאכט א סיום אויף מסכתא ברכות, וואס איז געלערנט געווארן דורך די חסידים אין ראם פון תקנת חבורת אחי"ם, און באלד דערויף אנגעהויבן מסכתא מגילה וואס וועט געלערנט ווערן אין ראם פון די חבורה.
ביים טיש האט זיך אנגעזען דאס השתתפות פון חשובע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי האדמורי"ם מסאדיגורא ירושלים און סטראפקוב, הגה"צ אבד"ק מאור חיים ירושלים שליט"א, הרה"ג ר' שמואל הלברשטאם שליט"א מטשאקאווא, און נכדי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
דער רבי האט פארגעזונגען יזכרם, הרנינו און יזכור אהבתם, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש במשנתו הטהורה פון מר אביו הגדול, פאר ארום אנדערטהאלבן שעה שמועסנדיג ארום יסודות וענינים אין עבודת השם בדרכו הצרופה, ביים סוף פון די דברות קודש האט דער רבי אז דער זכות פונעם טאטן דער בעל ההילולא זאל מגין זיין, מ'זאל געהאלפן ווערן מיט ישועות ורפואות פארן גאנצן כלל ישראל, ובפרט פאר די אידן אין ארץ ישראל אין די יעצטיגע עת צרה ליעקב.
דער רבי שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרב חיים מאיר רוקח שליט"א, נכד כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, ונכד בעל ההילולא.
מאנטאג, בעצם יומא דהילולא, איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית, געדאוונט פארן עמוד, געזאגט די קדישים און עולה געווען לתורה, נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים, וואו ער האט משמיע געווען סיפורים ועובדות פונעם בעל הילולא זי"ע, ווי אויך מעשיות וואס דער בעל ההילולא פלעגט דערציילן איבער די אלטע וויזניצער חסידים אינדערהיים, נאכן לחיים האט דער רבי פארגעדאוונט מנחה פארן עמוד ברוב עם.
דאס יאר מחמת קוצר הזמן איז דער רבי שליט"א נישט ארויף צום ציון הקדוש אין שפיץ פון די חסידים, דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט ביים טיש אז דער טאטע איז זיכער דא געווען, און מען האט שוין אויסגעפויעלט כל משאלותינו לטובה.














































תגובות