טויזנטער אידן חסידים ואנשי מעשה באלאגערן דעם הייליגן שטאט צאנז ביומא דהילולא פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע
- 16 באפר׳
- זמן קריאה 4 דקות
דאנערשטאג פ' טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

כמידי שנה בשנה האבן שווערע טויזנטער אידן חסידים ואנשי מעשה באלאגערט דעם הייליגן שטאט 'צאנז' אין פולין ביומא דהילולא קדישא פון מרן הרה"ק בעל דברי חיים זי"ע, אנגעהויבן מיט די שבת קודש ערב הילולא קדישא, וועלכע איז אפגעראכטן געווארן אין שטאט צאנז דורך א שיינעם ציבור פון קרוב צו הונדערט אידן, וואס האבן זיך אנגעשטרענגט טראץ די קורצע צייט נאך דעם יו"ט פסח, אנצוקומען קיין אתרא קדישא צאנז לעשות את השבת במחיצתו פון הייליגן בעל הילולא זי"ע.
די תפילות שב"ק און של"ס איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התלהבות אינעם היסטארישן צאנזער בית הכנסת הישן אין שטאט, וואס די ווענט זענען אנגעזאפט מיט די הייליגע תפילות און פייערדיגע עבודת הקודש פון הייליגן צאנזער רב זי"ע, און ווערט היינט צוטאגס אויפגעהאלטן מיט גרויס אחריות דורך די הנהלה פון 'בוני צאנז' וועלכע פארפיגט דערויף במשך דעם גאנצן יאר.
במשך די סעודות שבת האבן אויפגעטרעטן, הגה"צ רבי יואל הלברשטאם שליט"א רב ביהמ"ד בית שמואל ד'קהל יטב לב אין קרית יואל יו"ר הנהלת בוני צאנז, הרב אברהם יהושע פריינד שליט"א מנאסויד קרית יואל, הרה"ג רבי יואל מייזליש שליט"א מרביץ תורה בעיה"ב וויען און נאך נכדי בעל הילולא.
בצפרא דשבתא איז פארגעקומען א מנין תהלים אין בית הכנסת הישן להפקד בדבר ישעוה ורחמים, נאכגעפאלגט מיט א פייערדיגן תפילת שבת קודש מיט די מנהגי המקום ווי זאגן הודו פסוק בפסוק וכדו'.
די סעודת יום השבת איז געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבענקייט וכמעשהו בסעודת ליל שב"ק כך מעשהו בסעודת יום שב"ק.
שבת נאכמיטאג בעת רעוא דרעוין איז אפגעראכן געווארן של"ס מיט אויסטערלישע התעוררות און השתקקות ווען פון איין זייט געזעגנט מען זיך פונעם הייליגן שב"ק, און מצד שני טרעט מען אריין מיט הרגשי קודש אינעם יומא דהילולא קדישא, עס האט אויפגעטראטן מיט ווארעמע דברי התעוררות הגה"צ רבי שמעון שמואל הלברשטאם שליט"א אבד"ק דברי משה בירושלים עיה"ק ארומרעדנדיג במשנתו של בעל ההילולא.
מוצאי שבת קודש ליל ההילולא תיכף נאך תפילת מעריב וספירת העומר, האט זיך שוין אנגעזען און צאנז די פיבערהאפטיגע הכנות דורך די עסקנים פון 'הכנסת אורחים בוני צאנז' וועלכע האט ווי יאר יערליך אנגעפירט מיט די ברייטפארצווייגטע אונטערנעמונגען צוצושטעלן אלע צרכי ציבור וואס עס פעלט זיך אויס, עס זענען אויפגעשטעלט געווארן עטליכע גיגאנטישע שאטערס, פארן סעודת הילולא און פאר די ברייטע מאלצייטן פאר די טויזענטער אורחים, אזוי אויך א רחבות'דיגער שאטער היכל התורה, היכל ווערטהיימער מיוחד ללימוד התורה מיט ספרי-קודש.
אזוי אויך איז דער היסטארישער בית הכנסת הישן דק"ק צאנז יצ"ו ספעציעל צוגעגרייט געווארן צו קענען באנוצט ווערן פאר פילצאליגע מנינים שחרית מנחה מעריב דורכאויס די ימי ההילולא.
דער בית החיים און אהל הקדוש איז ספעציעל איינגערישט און אויסגעשטאטעט געווארן מיט פילע איינריכטונגען לטובת אלפי המשתטחים, מיט א שאטער מיוחד פאר קוויטלעך און פאר ליכט, וכדומה; א גרעסערע פלאטע פון שאטעלס האבן כסדר קורסירט ארום די צאנזער גאסן מיט א געניטע סדר, און 'חברה הצלה דעיר צאנז' האט פונקציאנירט מיט היימישע פאראמעדיק'ס פון קרית יואל וועלכע האבן געטריי באהאנדלט די נויט-פעלער פונעם ציבור האלפים מיט מעדעצינישע באהאנדלונגען.
מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען א דערהויבענע סעודת הילולא סעודת מלוה מלכה וואו עס האבן אויפגעטרעטן חשובע רבנים נכדי בעל ההילולא, ביניהם הרה"ג רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט, הגה"צ רבי אלישע יונגרייז שליט"א אב"ד טעפליק אין ירושלים עיה"ק, הגה"צ רבי ישראל הלברשטאם שליט"א אב"ד זמיגראד ירושלים.
במשך דעם גאנצן פארמיטאג האט זיך נישט אויפגעהערט דעם שטראם פון די אומצאליגע אידן וועלכע זענען געקומען זיך משתטח זיין אויפן ציון קודש הקדשים ביומא דהילולא, ספעציעל אין די פריע נאכמיטאג שעות וואס האט זיך אנגעהויבן דעם שטראם פון די אייראפעאישע אידן פון לאנדאן, אנטווערפן, וויען, און אין די שפעטער'דיגע נאכמיטאג שעות האבן געשטראמט אן אויפהער די אמעריקאנער אידן וואס זענען ארויסגעפארן מוצאי שבת קודש הארט נאכ'ן זמן, כדי צו קענען אנקומען קיין צאנז נאך אינעם טאג פונעם יארצייט.
עס איז שווער צו שילדערן די אויסטערלישע התעוררות וואס האט זיך אפגעטוען אינעם אהל הק' במשך דעם טאג ובפרט אין די לעצטע שעות נעילה, די תפילות בוקע רקיעים און די טייכן טרערן און שטורעמישע בכיות וואס מען האט ארויסגעהערט ביז אינדרויסן פון אהל.
דערנאך האט זיך דער ריזיגער ציבור בליעה"ר געוואשן צו די צענטראלער 'סעודת הילולא רבתי', צוגעשטעלט דורך בוני צאנז אין די שאטער הענקי אויפן 'שטח לאנדא', וואו עס האט זיך באזונדער אנגעזעהן די אנוועזענהייט פון די פילע רבנים ואדמורי"ם שליט"א נכדי בעל ההילולא זי"ע מכל קצוי תבל, און עס איז במשך עטליכע שעות ארומגערעדט געווארן סיפורי צדיקים און דברי תורה במשנתו של בעל ההילולא, צווישן אנדערע האט אויפגעטראטן, כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א פון בארא פארק, הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א, די ברידער הרה"צ רבי שלום אלימלך הלברשטאם שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, און הרה"צ רבי ברוך יהודה הלברשטאם שליט"א, ועוד.
מיטן סיום הש"ס איז נתכבד געווארן הגה"צ רבי חיים ארי' שפיץ שליט"א ראש ישיבת עץ חיים ווילרייק, און מיטן סיום ששה סדרי משנה איז נתכבד געווארן הרה"צ ר' ישראל אלימלך הלברשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. דער ריזיגער ציבור איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע און אויפגעלייגטע געמיטער שפירנדיג אז מען האט אויסגעפועלט אלע השפעות טובות בזכותו של צדיק.
במשך די קומענדיגע טעג טוט ווייטער אנגעהאלטן דעם שטראם פון הונדערטער אידן וואס זענען מכתת רגלם צו קומען פוקד זיין דעם ציון הק' אין די דריי טעג פון די יארצייט, היינטיגן זענען אנגעקומען קיין צאנז הונדערטער וויזניצער חסידים בראשות רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, ווען נאך א געהויבענע תפילת מנחה איז סערווירט געווארן א רייכע סעודת ארוחת צהרים אינעם שאטער, וואו עס האט אויפגעטראטן דעם רבינס איידעם הרה"צ רבי נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א מיט א ווארעמע דרשה לפני עלי' לציון הק'.























































תגובות