מסע התעוררות 'שערי ישועות' דורך האד' מפינסק קארלין קיין קערעסטיר אונגארן מיט נגידי המוסדות
- בחצרות הקודש
- 6 בפבר׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 6 בפבר׳
דאנערשטאג פ' בשלח • ח' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אפ"ק, JDN
אין אן ערשטמאליגע שריט האט כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א באוויליגט ארויסצופארן אויף א נסיעה קיין קערעסטיר, אונגארן, אינאיינעם מיט א געקליבענע צאל נדיבי ותומכי המוסדות, כאות הוקרה אויף זייער ברייטע שטיצע למען ממלכת התורה והחינוך דחסידי פינסק קארלין בארה"ק.
די מסע קודש 'שערי ישועות' האבן אנגעשלאסן, די 'נציבי הזהב', נדיבי לב וועלכע טון יערליך ביישטייערן אכצן טויזענט דאללער און העכער לטובת די רשת הכוללים, וואס האבן די זכיה געהאט מיטצולעבן גייסטרייכע שעות פון התרוממות הנפש און דביקות עילאה במחיצת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, בזמן שהמלך בשדה אינעם הייליגן שטאט קערעסטיר.
די קלימאקס פון די נסיעה איז געוועהן דעם געהויבענעם 'שבת פרשת בא' וואס דער רבי האט אפגעראכטן בנהירו עליאה אין קערעסטיר, סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם הייליגן צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, אויף א גאר רייכע און עלעגאנטע פארנעם.
די דאזיגע נסיעה איז געוועהן א יוצא מן הכלל, נעמענדיג אין באטראכט איז דער רבי איז א כהן, און טוט געווענליך נישט ארומפארן אויף מקומות הקדושים, אבער אין דעם פאל האט דער רבי געמאכט אן אויסנאם און אויסגעדרוקט רצון קדשו מיטצוהאלטן די נסיעה, כדי מחזק צו זיין דעם כח התורה והחסידות און ארויסצייגן שעצונג און אנערקענונג פאר די חשובע 'נציבי הזהב' וועלן לאזן זיך קאסטן גרויסע געלטער לטובת די כוללים נעץ דחסידי פינסק קארלין ברחבי ארץ הקודש, וואס רעכנט אריין ירושלין, בית שמש, ביתר, בני ברק, און בראכפעלד.





























תגובות