top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע כינוס 'רצונינו' נעמט צוזאם אלפי חסידי צאנז לחזק ולהתחזק קעגן נסיונות הזמן

דינסטאג פ' משפטים • כ"ז שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


טויזענטער חסידי צאנז זקנים עם נערים זענען נאך אונטערן טיפן רושם פון די היסטארישע כינוס 'רצונינו', מעמד אדיר וחזק פאר כלל חסידי צאנז זיך צו מחזק זיין קעגן די פגעי הטעכנעלאגיע און די שרעקליכע נסיונות הדור, פאררופן דורכן מנהיג העדה עמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל, כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.


די היסטארישע מעמד איז פארגעקומען אין די גיגאנטישע זאל היכל רוזנבערג אין קרית צאנז נתני', וואס איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן אויף א מייסטערהאפטיגע פארנעם צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור, טויזענטער זיץ פלעצער מקצה אל קצה און הויכשטאקיגע פארענטשטעס אויף ביידע זייטן, א פראכטפולע בימת הכבוד פארן צאנזער רבי'ן, וואס איז געווען דאס ערשטע מאל אין היסטאריע ווען דער צאנזער רבי איז געזעסן אליינס אויף א סטעידזש אן קיינעם דערנעבן, און געלונגענע פלאקאטן צו אויפפלאמען די אידישע הערצער לתיקון המעשים.


א געשאצטע פינעף טויזענט נפשות ישראל האבן זיך באטייליגט ביי די היסטארישע מעמד, און זיך מתעדן געווען באהבתך וביראתך, דער יושב ראש המעמד איז געווען הרה"ג ר' צבי אלימלך לייפער מנהל רוחני ישיבת צאנז אין חיפה, און צווישן די דרשות האט מען געהערט פרקי שירה וזמרה לעורר הלבבות דורך מקהלת אזמרה פון חסידי צאנז, און דער בעל מנגן ר' אברהם מאשקאוויטש.


הרה"ג ר' אלימלך שימאן משפיע אין די צאנזע קהילה אין בני ברק האט משמיע געווען דברי פתיחה, דערנאך האט מען געזאגט די הייליגע תפילת השל"ה, ווען אלס שליח ציבור גייט צו הרה"ג ר' מרדכי שבתי אייזענבערגער. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הרה"ג ר' בערל טויבער, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין ארץ ישראל צו משמיע זיין די חובת השעה מיט זיינע געבענטשטע כשרונות פון השפעה.


נאכן זינגען ווארעמע ניגונים האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וועלכער האט א לענגערע צייט אריינגעברענגט א אומבאשרייבליכע התעוררות ביי יעדן חסיד, זיך צו האלטן שטארק קעגן די שווערע נסיונות, דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים און פסוקי יחוד, און דערנאך האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אינאיינעם מיט די אדמורי"ם ורבנים דיינים ומורי צדק.


צום שלוס האבן די טויזענטער חסידים אונטערגעשריבן קבלות טובות רצוננו למעשה, און דער באקאנטער גראמער ר' בנציון ברעכער האט געזינגען ווארעמע גראמען.


אין אנדערע נייעס וועט מארגן מיטוואך פארקומען א באזונדערע מעמד פאר די טויזענטער נשים צדקניות פון אלע שטעט, וואו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט משמיע זיין דברות קודש וחובת השעה. פאר די ילדי תשב"ר איז שוין פארגעקומען א באזונדערע מעמד מיט צוויי וואכן צוריק חמישה עשר בשבט.























bottom of page