דינסטאג פ' כי תשא • י"ח אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם מוצאי שבת איז פארגעקומען א עלעגאנטע מסיבת מלוה מלכה והכרת הטוב פאר די הונדערטער תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי סאטמאר וואס האבן אריין געברענגט פון 500 דאללער אין העכער פארן קופת שקל הטהור מחזק צו זיין די מוסדות על טהרת הקודש, די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון ויואל משה אין וויליאמסבורג אין שפיץ פון די נשיא ומייסד המפעל כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וועלכע האט מפאר געוועהן בראש המסיבה.
עס איז געוועהן צוגעשטעלט א סעודת מלוה מלכה בהרחבה אין שיינע דרשות זענען געהערט געווארן פון הרה"ג ר' נפתלי הירצקא שטערן מנהל מוסדות סאטמאר בארא פארק, אין הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן דומ"ץ סאטמאר סאוט אכט ומרבני קרן הצלה.
עס האט אויך אויפגעטראטן מיט א דרשה דער משב"ק הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן דעם רבינס הרגשים זעהנדיג וואו די קומעדניגער דור - די בחורי חמד וואקסן אויף מיט א פלאקער אין ברען פאר חינוך הטהור.
די רבי שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים און ארויסגעברעגנט אז דאס אליין איז די גרעסטע הכנה צום יום טוב פורים, ווי מען זעט אין די גמרא אז המן האט געזאגט אז די שקלים וואס די אידן האבן צושטייער געגעבן, דאס האט דוחה געוועהן זיינע עשרת אלפים כיכר כסף.
צום שלוס האבן זיך די בחורים דערקוויקט ביים ערשטמאליגע אין העכסט אינטערסאנטע פאנעל מיט הרה"ג ר' יואל לאווי שליט"א לאנגיעריגע כותב התורות פון כ"ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, וועלכע האט געגעבן א שטיקל אריינבליק פון אונטער די קוליסן איבער דעם רבינס סדר היום און פארציילט ערשטהאנטיגע עפיזאדן איבער די צדקה וחסד אקטיוויטעטן און ענינים למען הכלל והפרט וואס גייט דורך דעם רבי'נס שטוב מידי יום ביומו אלעס בהצנע לכת.
בתוך הדברים האט ער איבערגעגעבן די בקשה פון רבין, אז א סאטמאר בחור דארף צו וויסן אז נאכשרייען אנדערע מענטשן טוט נאר א גוי ווען ער רעגט זיך אויף א צווייטן משא"כ סאטמארע בחורים דארף זיך שטענדיג אופפירן מיט א איידלקייט און נישט נאכשרייען אנדערע אידן, און נישט ענטפרן ח"ו אפילו ווען אנדערע שרייען אויף אונז און אוודאי נישט הייבן קיין הענט. נאכן מסיבה האט די רבי שליט''א פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע משתתפים.
Comments