top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 22 בפבר׳ 2024
  • זמן קריאה 4 דקות

עודכן: 4 באפר׳ 2024


ree

דאנערשטאג פ' תצוה • י"ג אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


האדמו"ר מוויז'ניץ לאנדאן אנקומענדיג קיין אנטווערפען היינטיגן דאנערשטאג אינדערפרי צו באשיינען די גרויסער וויז'ניצער חתונה היינט אין אנטווערפען.

ree

האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי אנקומענדיג אינעם קענעדי לופטפעלד נאכן וויילן אויף א קורצע באזוך אין ארץ הקודש, די רבי איז אנגעקומען בלויז געציילטע שעות פארן כניסת זמן השבת אין איז אפגעווארט געווארן דורך הנגיד בנש''ק ר' יוחנן טווערסקי וועלכע האט אריינגעפירט דעם רבי'ן קיין בארא פארק ווי רבי האט געוויילט שבת בצל דודו האד' מראחמיסטריווקא.

ree

האחים האדמור"ים מקרעטשניף ביים שבע ברכות די וואך בשמחת בית זוועהיל.

ree

הרה"צ רבי מרדכי שלמה ברייער אבד"ק באיאן ארה"ב ביים שמחת התנאים פון החתן א זוהן פונעם בעל מנגן ר' ליפא שמעלצער מיט הכלה בת ר' משה ביכלער מחשובי חסידי באיאן אין בארא פארק.

ree

האד' מקראלי אין א שמועס מיטן משמח אלוקים ואנשים העסקן הרב וועלוול גאלדשטיין מחאצאצק אין קראלי ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.

ree

אן אייגנארטיגע מאמענט צייגט ווי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, באגייט זיך כאחד האדם און ווארט נישט גבאים זאלן פאר אים שלעפן די פעקלעך פון פליגער.


האד' מראחמיסטריווקא אויף א באזוך די וואך ביי האד' מסקווירא פון בארא פארק.

ree

טרייסט וואונטש פון די ניו יארק מעיער עריק עדעמס נאך די פטריה פון הרבנית הצדקנית מסקווירא ע"ה.

ree

הרב רפאל צבי פאר משב"ק האד' מתולדות אברהם יצחק בקודש פנימה ביים מקבל זיין ברכת הקודש פונעם רבי'ן שליט''א לרגל די בר מצוה פון זיין זוהן.

ree

אריינבליק פונעם נסיעה דורך די 'קשר נפשי' ארגאניזאציע קיין קערעסטיר בראשות הגה"צ לימינובער רב שליט"א.


הגה"צ רבי משה קאהן ראש ישיבת תולדות אהרן שליט''א אויף א באזוך די וואך ביים עלטערן ברידער האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק איינצולאדענען צו די חתונה פון א אייניקל.

ree

הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי בן האד' מסקווירא ביים מקדש זיין די לבנה די וואך מוצאי שבת ביים מאונט סיני שפיטאל נאכן וויילן איבער שבת אין שפיטאל נעבן זיין מוטער הרבנית מסקווירא ע"ה.

ree

ברא כרעא דאבוה • הרה"צ רבי ישראל הורוויץ ראש ישיבת 'אהל נפתלי' בן האד' משענדישוב איז זיך מזכיר ביים מעמד התפילה בעצם יומא דהילולא פון הסב"ק משענדישוב זי''ע אויפן ציון הק'.

ree

האד' מזוועהיל אין א ריקוד מיט הגאון הגדול רבי מיכל זילבער ראש ישיבת זוועהיל ביים שבע ברכות די וואך צוגעשטעלט דורך די זוועהילער ישיבה לכבוד די שמחה אינעם רבי'נס הויף.

ree

הרב בערל לאזאר די הויפט רב פון רוסלאנד טיילט געשאנקען פאר די קינדער פון די קהילה וועלכע האבן זיך באטייליגט ביי די וועכנטליכע אבות ובנים אין מאסקאווע מיט די פראגראם קומענדיג צו אן ענדע פאר די היי יעריגער ווינטער סעזאן.


משנכנס אדר • די פורים רב אין די סאטמארע ישיבה גדולה ביי א חתונה די וואך פון א החתן מתלמידי הישיבה.


האדמו"ר מוויען אין א שמועס מיט האדמו"ר מהיבנוב נאכן דאווענען אין פאלם ספרינגס ווי די רבי וויילט די טעג אויף אפרוה.

ree

הרב אריה דרעי פארזיצער פונעם ש''ס פארטיי ביים מנחם אבל זיין האד' מוויז'ניץ די וואך בביתו נאווה קודש.

ree

האדמו''ר מקאליש שפאצירנדיג כאחד האדם צו מנחה בבית מדרשו אין בית שמש.


העסקן הרב שלום בער פישל ביים ארויסבאגלייטן הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא נאכן מנחם אבל זיין ביי האד' מסקווירא.

ree

הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א ביים מנחם אבל זיין הרב חנוך סגל ראש הקהל באבוב 45 בארה"ק נאך די פטירה פון זיין אשת חיל ע"ה.

ree

האדמו"רים מבאבוב 45 אין לעלוב ביי די חתונה די וואך אין וויליאמסבורג בבית הנגיד ר' בנימין בייטעל.

ree

האחים הרה"צ רבי אהרן מענדיל אין הרה"צ ר' יצחק טווערסקי בני האדמו''ר מסקווירא ביים וואונטשן מזל טוב פארן פעטער האד' מסאטמאר ביים חתונה פאריגע וואך פון אן אייניקל.

ree

אדוק ומקושר • האדמו"ר מניקלשבורג ביים משמח זיין א חתן ביי זיין חתונה, אויפן רבי'נס באקאנטן ניגון "נח איז א גרויסער צדיק''...


אדמו"ר מאמשינאוו פון אמעריקא ווערט געזעהן איו די שפעטע נאכט שעהן אינעם בנין הכנסת אורחים באתרא קדישא ליזענסק אריינגעטוהן בלימוד התורה.

ree

ראשי אגודת ישראל אין ירושלים בקודש פנימה ביי האד' מסלונים אין בעפארברייטונג צו די מוניציפאלע וואהלן אין ארץ ישראל.

ree

האד' מליזענסק ביים מעמד החופה די וואך פון בנו החתן, צום ערשטן מאל אנגעטהון מיטן פעלץ כמנהגו פון זיין שווער האדמו"ר בעל 'נועם יוסף' מליזענסק זצוק"ל.

ree

הרב דוד חיים הערמאן מגדולי העסקנים בחצר הקודש סקווירא האט קרישקעס באמערקט ביי די לעצטע צוגרייטונגען צום מסע הלוי' די וואך פון הרבנית הצדקנית מסקווירא ע"ה.

ree

די גאלדענע קייט • ברכת מזל טוב פאר האדמור''ים והרבנים לבית ראחמיסטריווקא לרגל השמחה במעונם.

ree

האדמו"ר ממשכנות הרועים אויפן פליגער קיין ניו יארק לרגל עטליכע משפחה שמחות אין לטובת מוסדותיו.

ree

הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי בן האד' מסקווירא ביים מקבל זיין תנחומין נאך תפילת שחרית אינעם בית המדרש בביתו נאוה קודש פון אביו האד' מסקווירא.

ree

הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז ביים מנחם אבל זיין האד' מוויז'ניץ די וואך בביתו נאווה קודש.

ree

הגה"צ רבי יוסף רבינוביץ בן כ״ק האדמו״ר מביאלא שליט״א טרעט אויף מיט דברי כיבושין והתעוררות אויפן ציון פון הרה"ק רבי ישראל מטשארטקוב זי''ע ביים ‏מסע ״בעד עמך״ דורך ארגון דרשו צום עיר מלוכה וויען.


די שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין שיכון סקווירא צווישן דעם ביהמ"ד הגדול אין ביתו נאווה קודש פון האד' מסקווירא וואו די רבי וועט קענען גייען אין קומען אין ביהמ"ד זיצן שבעה, כדי נישט צו דארפן ארויסגיין פון שטוב דורכאויס די ימי השבעה.

ree

הגה"צ אבד"ק באבוב 45 אויף א באזוך די וואך אינעם בית הוראה שע''י כולל שומרי החומות, וועלכע טראגט דעם נאמען "דברי מרדכי סאסרעגן" על שמו ולזכרו פון אביו די סאסרעגענער רבי זצ"ל.

ree

אפיציעלער אינדארסירונג פון האדמו"ר מטרעבישאן צו די בחירות קומענדיגע וואך, אינעם בריוו וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך די קהילה שרייבן זיי: "רה"ע בלוך פעלה רבות ונצורות לטובת המוסדות וחובה עלינו להכיר תודה. והאמת והשלום אהבו".

ree

האד' מראחמיסטריווקא פון ספרינג וואלי אויף ביקור חולים ביי המנוח ר' מאיר רייך ע"ה גבאי ביהמ''ד צאנז אין בארא פארק אין זיינע לעצטע טעג.

ree

הרב שלמה אלבוים נכד הרה"ק בעל 'פני מנחם מגור זיע"א ארויסגעשטעלט זיין קאנדידאטור פאר מיטגליג אין בני ברק שטאטראט.

ree

האד' משאץ אשדוד - ראש מערכת הכשרות SKS KOSHER ביי איינע פון די עסן פארשטעלונגען די וואך אין דוביי.

ree

מודעה ביים חתונה די וואך בבית המשפיע הרה''צ רבי נחמן בידערמאן מלעלוב.

ree
ree

א ברכת מזל טוב פאר הרב שלמה רבינוביץ משב"ק האדמו"ר מלויצק, לרגל די שמחת הבר מצוה פון זיין זוהן למזל טוב.

ree

תגובות


bottom of page