מיטוואך פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: אייזיק י., JDN
היינט נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מלוצק שליט"א אריבערגעקומען צום שטח הבנייה פונעם נייעם ביהמ''ד הגדול דחסידי קארלין סטאלין אין בארא פארק וואו דער רבי האט געלייגט אן אבן הפינה פארן נייעם בית מקדש מעט וואו מען גרייט זיך שוין אט אט אנצוהייבן די עבודת הבני'.
נאכפאלגנדיג די היסטארישע מעמד הנחת אבן הפינה דעם מוצאי שבת בראשות כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, האבן די ראשי ק"ק סטאלין אין בארא פארק געלאדענט דעם רבינס ברודער האדמו"ר מלוצק צו לייגן אן אפן הפינה, בזמן שהצדיק בעיר ווען דער רבי וויילט די טעג אויף א קורצע באזוך אין שטאט בארא פארק.
אויפן שטח הבנייה האבן אפגעווארט דעם רבי'ן שליט"א א משלחת נכבדה מזקני וחשובי חסידי קארלין סטאלין אין בארא פארק ובראשם דעם רבינס שוואגער הגה''צ רבי יעקב ברוך לעדערייך אבד''ק קארלין סטאלין בארא פארק, וועלכע האט מכבד געוועהן דעם רבי'ן צו לייגן א גרונדשטיין פארן נייעם שול.
עס איז געוועהן קענטיג א התרגשות של שמחה אויפן רבינס געזיכט, דערמאנענדיג די שיינע זמנים אין דעם שול וואו דער רבי האט פארברענגט בימי ילדותו, וואוינענדיג אין בארא פארק. נאכן לייגן דעם אבן היסוד איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ביי וועלכן דער רבי האט געהערט א באריכט פון די בוי פלענער און ווארעם געוואונטשן די עסקני קרן הבנין און די גבאי הביהמ"ד.
Comments