top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פילע חסידי פאפא ותושבי וויליאמסבורג איינגעזאמלט ביי יערליכן דינער לטובת מוסדות פאפא

מאנטאג פ' יתרו • י"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

טויזנטער חסידי ואוהדי בית פאפא, האבן פארגאנגאנעם מוצאי שב"ק פרשת בא העעל"ט איבערגעפילט די קאנטינענטאל זאל ביים צענטראלער דינער און מלוה מלכה 'אונזער קשר' לטובת די הייליגע תורה וחינוך אימפעריע פון מוסדות קהלת יעקב פאפא.


א גרויסע סעודה לכבוד דוד מלכה משיחא איז צוגעשטעלט געווארן פארן ברייטן ציבור מוקירי התורה וחסידות. אלס יושב ראש האט געדינט דער באקאנטער משמח אלוקים ואנשים הר"ר נחמן ליווי נ"י וועלכער האט איינגעלייטעט דעם מסיבה של מצוה אויף זיין אייגנארטיגע שפראך און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון שטיצן דעם הייליגן מבצר התורה והחסידות.


ער האט דערביי מכבד געווען דעם נואם הכבוד הרה"ג ר' משה מייזליש שליט"א מרבני עיר קרית יואל, זוהן פון הגה"צ אבד"ק לימנוב שליט"א ונכד כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זצוק"ל מיט א דרשה. דער נואם הכבוד האט מיט זיין לשון לימודים ארויסגעברענגט די ירושת האבות אנגעהויבן פונעם ערוגת הבשם זי"ע שפעטער ביים ויגד יעקב און ויחי יוסף, זייער גרויסן כח פון הרבצת התורה און פארשפרייטן תורה וחסידות אויף די גאנצע וועלט, שפעטער נאך די פטירה פון זקינו הגה"ק בעל ויחי יוסף זי"ע האט דער פעטער - דער רבי שליט"א איבערגענומען די כס הנהגה און פירט אן דעם הערליכן קייט פון ממלכת פאפא בתפארתה.


דערנאך האט מען געהערט דברים כדרבונות פונעם מנהל כללי הר"ר יואל פריעדמאן נ"י וועלכער האט פארגעלייגט פארן ציבור דעם בוזשעט פון די מוסדות, ווי מען מוטשעט זיך צו דעקן די טאג טעגליכע קאסטן, און אפאלירט צום עולם זיך אנצורופען ווארעם להחזקת המוסדות. דערביי האט ר' יואל געבראכן די פריידיגע נייעס אז די הנהלת המוסדות וועט אהערשטעלן צוויי ביליגע חתונה זאלן אויף א צוגענגליכע סטאנדארט, בראש וראשון די כתר צבי זאלן אין בנין המוסדות אויף ווילסאן אין וויליאמסבורג, און וועט איינגערישט ווערן אלס א חתונה זאל ווי פאפא חסידים וועלן קענען חתונה מאכן מיט הרחבת הדעת פאר ביליגע פרייזן, און דאס זעלבדע אין שטאט בארא פארק וואו די הנהלת המוסדות איז ארייגעטוהן צו קענען צושטעלן א ביליגע שמחה זאל פאר די חברי הקהילה צו דערלייכטערן די גרויסע הוצאות בעת שמחת צאצאיהם.


מיט גרויס יראת הכבוד האט מען זיך צוגעהערט צו די דברי אלוקים חיים פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכער האט ארומגערעט בשבח המוסדות און דערביי זיך שטארק באדאנקט פאר די עסקנים און די הנהלת המוסדוות וועלכע גיבן זיך אוועק בלב ונפש למען הצלחת המוסדות הק'.


דערנאך האט דער נואם הכבוד נאכאמאל גענימען דאס ווארט, מיט דברי זכרון אויף הרב החסיד הישיש מוה"ר לייבוש רובינשטיין ז"ל וועלכער איז די אלע יארן געוועהן פון די זקני ופני הקהילה, און איז איבער א יובל שנים געשטאנען לימין קדשו פונעם רבי'ן ז"ל דער ויחי יוסף און שפעטער ביי יבלחט"א דער רבי שליט"א, וחבל על דאבדין ולא משתכחין.


דער יושב ראש האט דאן ממשיך געווען דעם פראגראם מיט א הערליכע פאנעל אנגעפירט דורך הרה"ח מוה"ר וועלוויל וויינבערגער נ"י בעניני נגינה פאר א לענגערע צייט ווי דער עולם האט געשלינגען מיט דארשט די פילע חידושים בעניני נגינה. עס איז שוין געווען אין די שפעטע שעות ווען דער עולם איז זיך צוגעגאנען מיט גרויס דערהויבקייט.
























Comments


bottom of page