top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

או לאותה בושה • שארפע דברי מחאה דורך אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג קעגן הלל-תנועה אינעם יום המר ה' אייר

דאנערשטאג פ' בהר • ט"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


ביי חסידי סאטמאר אין מאנטרעאל איז דאס געשפרעך פון טאג די גאר שארפע דברי מחאה וואס איז געהערט געווארן דורכ'ן אורח נכבד הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, ביים פרקי אבות שיעור פארלאפענעם שב"ק פר' אמור בביהמ"ד הגדול סאטמאר מאנטרעאל אפרעכטנדיג א שבת התאחדות בקרב הקהלה.


דער רב שליט"א האט זיך באצויגן צו א שענדליכע פאסירונג, ווען אינעם יום המר והנמהר ה' אייר, דער ביטערער טאג ווען עס איז ליידער צושטאנד געקומען די מרידה במלכות שמים מיט'ן גרינדונג פון די ציוניסטישע מדינה, האט א מתפלל אין א שפעטערן מנין שחרית אינעם גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אין שטאט, וואס איז דער גרעסטער מנינים צענטער אין שטאט, און עס דאווענען דארט אידן פון אלע קהלות און קרייזן, האט דער בעל תפלה אויסגעלאזט שמו"ע מיט'ן נוסח וואס מ'לאזט אויס אין א טאג וואס מ'זאגט הלל. טראץ וואס דער בעל תפלה האט נישט געהאט א בייזווייליגע כונה צו זאגן הלל ח"ו, און האט טאקע ווייטער געזאגט תחנון, האט דאס אבער ווי פארשטענדליך אויפגעברענגט א ציפ און ווייטאג ביי אלע מתפללים, אז אזאנס האט געקענט פארקומען דייקא אין א סאטמארער ביהמ"ד.


מטעם הקהלה איז ארויסגעשטעלט געווארן א שארפע מחאה אונטער'ן קעפל "מודעה גלוי' ואזהרה", וואו עס ווערט הייס פארדאמט די חציפות ועזות נורא באתרא דמר פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, דורך אן איש זר שלא ממחנינו, און עס ווערט קלארגעשטעלט אז יעדער וואס קומט אריין דעם בנין איז עס על דעת זיך צו פירן מיט אלע מנהגי המקום, הן בעניני תפלה און הן אין אנדערע ענינים, במחשבה דיבור ומעשה, און חס ושלום פורץ צו זיין אין אזעלכע ענינים חמורים מאוד אויף וואס דער רבי זי"ע האט לוחם געווען במסירת נפשו הטהורה קעגן די פינסטערע קליפת הציונות בכל שם וחניכא דאית להו.


דערויף איז געקומען די שארפע מחאה ביי פרקי אבות שיעור דורכ'ן רב שליט"א, וועלכער האט מיט א פלאם פייער וקול שאגת ארי מתריע געווען קעגן דעם ניאוץ בה' ובתורתו וואס איז ליידער אפגעטאן געווארן אינעם פלטרין של רביה"ק מסאטמאר זי"ע דא אין שטאט, וואס טאר נישט פארשוויגן ווערן, כאטש וואס דער וואס האט עס געטאן זאגט אז ער האט נאר געמיינט אלס ווערטל. דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב, איז צומארגנס זונטאג געווען אן איבערראשונג ווען דער בעל תפלה איז אריבערגעקומען צום רב שליט"א און דערלאנגט א "מכתב הבהרה והתנצלות", וואו ער בעט מחילה אויף דעם וואס ער האט געטאן, אז ס'איז ח"ו נישט געטאן געווארן צו געבן א יד לפושעים און מזלזל זיין אינעם הייליגן סאטמארער רב זי"ע, און ער בעט איבער יעדן וואס שפירט זיך געטראפן.


נאכ'ן אפליינען די דברי פיוס האט דער רב געזאגט פאר דעם יונגערמאן אז ער האט נישט גערעדט קעגן אים פערזענליך, נאר קעגן די פעולה וואס איז געטאן געווארן, און ער איז צופרידן צו זען אז ער פארשטייט דעם חומר הענין און נעמט זיך פאר אויף ווייטער אז עס וועט מער נישט פאסירן.



Kommentarer


bottom of page