top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צריך שיחלה עליו: יום תפלה רבתי באשטימט אין ק"ק פינסק קארלין פאר התחדשות הכוחות ביים רבי'ן

דאנערשטאג פ' שמיני • כ"ה אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר

חסידי פינסק קארלין גרייטן זיך מיט ערנסטקייט צום גרויסן יום תפלה וואס איז באשטימט געווארן אויף קומענדיגן מאנטאג תזריע, ערב ראש חודש ניסן, צו איינרייסן בתפילה ותחנונים פאר'ן התחדשות הכוחות פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, וועלכער איז די לעצטע תקופה שטארק אפגעשוואכט און נויטיגט זיך אין תפילות ישראל צו קומען צוריק צו די כוחות מיט א בריאות השלימות. דעם יו"ט פורים איז די רבי שליט"א נישט אריינגעקומען געהעריג צו די תפילות אין טישן און תיכף נאך פורים איז די רבי ארויסגעפארן אויסער די שטאט וואו די רבי וויילט אויף מנוחת הנפש.


דער יום תפלה וועט פארגעקומען אין די בתי מדרשים און היכלי הישיבות פון חסידי פינסק קארלין, וואו דער גאנצער ציבור וועט זיך צאמקומען און בכח תפלות רבים מעתיר זיין לדבר ישועה ורחמים אין דעם עת מסוגל. מ'וועט אויסזאגן גאנץ ספר רביעי שבתהילים, און דערנאך דאווענען מנחה און יום כיפור קטן.


אויסער דעם זענען די חסידים אויפגעפאדערט געווארן צו מוסיף זיין יעדן טאג מזמורי תהילים נאכ'ן דאווענען, און מזכיר זיין לרפואת מרן רבי אריה לייב בן יוכבד מונטשע, דער רבי זאל זיך ווי גיכער צוריקכאפן צו די כוחות און זיך אומקערן לאיתנו הראשון בבריא גופא ונהורא מעליא.



Comments


bottom of page