top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מחיל אל חיל • הנדיב מוה"ר ליפא פריעדמאן הי"ו קויפט אפ "זכות שם הבנין" פונעם נייעם בנין הבית רחל ד'סאטמאר אין בארא פארק

דינסטאג פ' נצבים - וילך • כ"א אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

היסטאריע איז געבראכן געווארן אינערהאלב די הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדות סאטמאר אין בארא פארק, ווען ס'איז באוואוסט געווארן די בליציגע נייעס אז דער שר הנדיבים פון קהלה קדושה סאטמאר הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו האט זוכה געווען אפּצוקויפן דעם 'זכות שם הבנין' פונעם נייעם בנין הבית רחל האדיר אין בארא פּארק וואס ווערט אצינד געבויט ביי די פערצנטע עוו. און די 62'סטע גאס.


די איבבעראשנדע מעלדונג איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אין בארא פארק בפרט, און ביי סאטמארער חסידים איבער די וועלט בכלל וועלכע קוקן צו מיט שטוינונג איבער דעם בליץ-שנעלן וואוקס פון די בארא פארקער מוסדות, זייענדיג שוין דאס דריטע מאל אין געציילטע חדשים וואס דער בונה ומקים עולמות של תורה הנדיב ר' ליפא קומט אנטקעגן די הנהלת המוסדות מיט א פאנטאסטישע נתינה פון עטליכע מיליאן דאלאר.


אנגעהויבן פונעם בנין התלמוד תורה 'בנין ליפא פריעדמאן' אויף אושען פארקוועי, וואס ר' ליפא האט אפגעקויפט פאר 5 מיליאן דאלאר און האט געשאפן ביי זיינע שותפים וידידים נאך מיליאנען דאלאר אהערצושטעלן דעם ריזיגן בנין פאר'ן געברויך פון די תלמוד תורה, און א קורצע צייט דערויף ווען ער האט ווידעראמאל געשאנקן א מיליאן דאלאר אפצוקויפן דעם זכות פונעם בנין האדיר פונעם ביהמ"ד 'בנין משה פריעדמאן' אינעם נייעם פראכטפולן קעמפּ 'מחנה סאטמאר ב"פ', וואס ער האט מנדב געווען לכבודו פון זיין פאטער דער לעגאנדארער משב"ק לבית סאטמאר.


וכעת הגדיל ידו בשלישי, איז דעם זונטאג פ' נצבים-וילך נאכמיטאג פארגעקומען א התרגשות׳דיגער 'מעמד לחיים וקנין זכות' בבית הרה"ח הנגיד ר' אברהם משה ווערצבערגער הי״ו מפארי ונדיבי ק"ק סאטמאר אין ב"פ, שווער פונעם נדיב הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, וואו עס האבן זיך באטייליגט די חברי הנהלת המוסדות פון בארא פּארק, אינאיינעם מיט הגה"צ רבי חיים דוד כץ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, און דער פאטער פונעם נדיב הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק, ומלכם בראשם דער נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו דער חשוב'ער נדיב האט דערביי ווידעראמאל איבערגעגעבן דעם סכום פון 5 מיליאן דאלאר און דערמיט אפגעקויפט דעם זכות פונעם נייעם בנין האדיר 'בית רחל' אין בארא פארק וואס איז אין די לעצטערע חדשים אויפגעבויט געווארן מיט א בליץ-שנעלקייט, לזכות פון זיינע עלטערן און שוויגער-עלטערן שיחיו, און דער בנין האדיר וואו עס וועלן נתחנך ווערן די צוקונפטיגע אידישע מאמעס וועט טראגן דעם נאמען פון זיין פאטער הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק, און אויך לכבודו פון זיין חשוב'ן שווער דער בעל אכנסיא הרה"ח ר' אברהם משה הי"ו.


נאכן מעמד לחיים איז דער רבי אינאיינעם מיטן נדבן הבנין אריבער צום בנין בית רחל החדש ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די בוי ארבעט און געהערט א באריכט פון די חברי הנהלת קרן הבנין דער רבי איז ארום געגאנגן און באטראכט די שטאקן פונעם בנין און באוואונדערט די גאר שנעלע בוי ארבעט און מאציל געווען מברכת קדשו אז מ'זאל קענען ענדיגן דעם מלאכת הבנוי' בקרוב.
























































Comments


bottom of page