top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסער 'טאהשער חתונה' וועט געפראוועט ווערן בתוככי ביהמ"ד הגדול אין קרית טאהש המעטירה

מיטוואך פ' וישב • כ"ג כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


תלמידי וחסידי טאהש ציילן שוין די טעג צו די היסטארישע שמחת החתונה בחצר הקודש, ווען רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א גרייט זיך בשעה טובה ומוצלחת אונטערצופירן אונטער די חופה בתו הצעירה החשובה בתן של קדושים, וועלכער איז די יונגסטע אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק מטאהש זי"ע.


די גרויסארטיגע שמחת החתונה איז באשטימט געווארן אויף דעם קומענדיגן ראש חודש שבט, דאנערשטאג פרשת וארא הבא עלינו לטובה, און וועט געפראוועט ווערן בקול רינה ותודה והמון חוגג בקרתא דשופריא, בקרית מלך רב קרית טאהש המעטירה, אין דעם מקום קדוש וואס דער זיידע הרה"ק מטאהש זי"ע האט מייסד געווען בדם לבבו, און מחנך געווען דורות ישרים ומבורכים על דרך אבותיו ורבותיו הקדושים.


מטעם די וועד השמחה איז געמאלדן געווארן, אז די היסטארישע שמחת החתונה וועט פארקומען אינעם גרויסן היכל בית המדרש הגדול אין קרית טאהש, און נישט אין א גרעסערע זאל אויסער די שטעטל ווי געווענליך, נאך וואס דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט רצון קדשו צו פראווענען די געהויבענע שמחה צווישן די פיר ווענט פון דעם הייליגן בית המדרש, במקום שהתפללו אבותי וואו דער הייליגער טאהשער רבי האט אפגעראכטן זיין הייליגע עבודה לאנגע יארן נאכאנאנד, זיין גרויסע זכות זאל מגין זיין אז די שמחה זאל זיין בשלימות, און זיין גרויסע זכות זאל באשיצן און משפיע זיין אויף אלע תלמידים וחסידים וואס וועלן קומען אנטייל נעמען ביי די גרויסע שמחה בבית צדיקים.


די וועד החתונה לייגט אריין שווערע הארעוואניע אויסצוארבעטן די מאקסימום הצלחה, ווען עס זענען ערווארטעט הונדערטער געסט פון איבער די גאנצע וועלט לשוש ולשמוח ביי די גרויסע שמחה בחצר הקודש, אין די יעצטיגע טעג קומען פאר פארשידענע זיצונגען מיט אינדזשענירן און ספעציעלע ארכיטעקטן, מיטן האפענונג צו קענען אויסנוצן די מאקסימום פלאץ אינעם היכל הגדול, צו קענען אקאמדירן דעם ריזן ערווארטעטן ציבור המשתתפים. אזוי אויך ווערן געמאכט פארשידענע פלענער וויאזוי צו איינקוואטירן אזויפיל געסט אינערהאלב די בניני הקהילה והמוסדות, באזונדערע זאלן פאר די סעודת החתונה פאר אלע חסידים, און אזוי ווייטער, אז די בית המדרש זאל קענען אקאמאדירן די מערסטע מענטשן אויפאמאל זיך צו פרייען ביי די גרויסע שמחה.


אזוי אויך האט די וועד החתונה געמאלדן פארשידענע דעטאלן איבער די ברייט פארצווייגטע טראנספארטאציע סיסטעם וואס וועט אהערגעשטעלט ווערן, מיטן ציהל צו פירן די חסידים פון ניו יארק קיין קאנאדע אויף א גרינגע פארנעם אן קיין עגמת נפש, אין א ספעציעלע מעלדונג איז דערמאנט געווארן צו איבערקוקן די פאספארטן זיכער צו מאכן אז עס וועט זיין גילטיג, נישט צו זיין פארהאלטן אין לעצט מינוטיגע פראבלעמען.


הנה ימים באים, ובכן צדיקים יראו וישמחו וחסידים ברנה יגילו.





Comentarios


bottom of page