דיסטאג פ' פקודי • ב' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
א גייסטרייכן מעמד כבוד התורה איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם ליל שישי (ויקהל) ווען הונדערטער יונגעלייט לומדים מופלגים אינעם כולל 'בית ישראל' דחסידי גור האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף טויזנטער בלעטער גמרא אין ראם פון מזומנים ש"ס און אויף א גרויס טייל פון שולחן ערוך אין אירע נושאי כלים אין ראם פון 'מזומנים בהלכה'.
די מעמד איז פארגעקומען אויפן אויבערשטע שטאק פונעם ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים, וואו עס זענען געווען פארזאמלט די הונדערטער לומדי ורבני הכולל אינאיינעם מיט נאך הונדערטער חסידים בעלי בתים און בחורי חמד וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם מעמד קידוש שם שמים. בנוכחתו פונעם רבי'ן שליט"א האט הגאון ר' אברהם ישעי' שפירא שליט"א מרביץ תורה אין בני ברק פארהערט די יונגעלייט אין פארגעלייגט שווערע שאלות בכל חלקי הש"ס אין שולחן ערוך. בשעת די בחינה איז געהערט געווארן א טרעפליכע דרשה דורךהרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א וואס שטייט אין שפיץ פון ארגון 'תורתו' דחסידי גור.
די רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן די בחינה, שעפענדיג גרויס קורת רוח פון אזא ידיעת התורה אין שטוינענדע שליטה אין די מסכתות הש"ס, און ד' חלקי שולחן ערוך און די נושאי כלים.
Comments