top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מִי יִתֵּן מִצִּיּוֹן יְשׁוּעַת יִשְׂרָאֵל: רבבות ישראל וועלן אפרעכטן 5'טע הילולא קדישא פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע ברגשי התעוררות

דינסטאג פ' שמיני • כ"ג אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט א חרדה עילאה רישן זיך אלופי אלפי ישראל צום יומא דהילולא קדישא פונעם צדיק הדור ופארו הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען מסקולען זי"ע, וועמענ'ס פינפטע הילולא געפאלט די וואך דאנערשטאג שמיני, כ"ה אדר ב' הבעל"ט.


ערווארטנדיג א מאסיווע שטראם און צוזאמעפאר פון פילע טויזנטער פוקדים איז דער וועד ציון הקדוש סקולען אקטיוו מיט א פיבערהאפטיגע פארצווייגטע אפאראט אנצוגרייטן דעם שטח הבית החיים און אלע גאסן ארום, צו אקאמאדירן דעם פלייץ מתפללים און פארזיכערן כבוד הציבור אויפ'ן שענסטן פארנעם.


ספעציעלע גרעסערע קרעפטן פון עסקנים זענען פארבינדן מיט די לאקאלע חסד אגענטורן און פאליצייאישע אינסטאנצן אנצוגרייטן דעם פארקער און טראפיק-פלוס אין די גאסן ארום אויף א געניטן סיסטעם וואס וועט ערמעגליכן די טויזנטער משתטחים אנצוקומען שנעל און לייכט צום ציון הק'.


גרויסע באמיאונגען ווערן אינוועסטירט אנצוגרייטן א ריזן אפעראציע פון מאכלים ומשקאות, סיי ביים גרויסן טענט וואס ווערט אויפגעשטעלט אינדרויסן פון בית החיים, און סיי ביים סקולענער ביהמ"ד און דרויסנדיגע שאטער, וואס ווערט צוגערישט מיט נארהאפטיגע מאכלים און משקאות און אלע אנדערע צרכי ציבור.


באזונדער ווערן אויפגעשטעלט א רייע שאטערס אויפ'ן בית החיים, א ריזן שאטער ארום דעם אהל הק', א טענט פאר די ליכט, מנחה-מעריב טענט, צוגעשטעלט מיט אלע באקוועמע צוגעהערן.


אין לויף פון די הילולא וועט מען זוכה זיין צו מקבל זיין את פני כ"ק האחים האדמורי"ם מסקולען שליט"א, וועלכע וועלן מעתיר זיין מיט הייסע תפלות און התעוררות רב פאר צרכי עמך ישראל מרובים למען הכלל והפרט, מארגן מיטוואך אווענט וועלן די ברודער האדמור"ים שליט"א אפרעכטן די סעודת הילולא אין די זאלן פון בית אסתר אין בארא פארק, וואו עס וועט אויפטרעטן אלס נואם הכבוד הגה"צ רבי אברהם חיים שטיינווארצל אב"ד מטה אפרים.

Comentarios


bottom of page