זונטאג פ' מצורע • ו' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
השתדלו והרבו תחינה ובקשה
כלל ישראל טוט מתפלל זיין לרפואתו השלימה, פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א מגדולי האדמור"ים בארץ הקודש, וועלכער איז ערווארטעט מארגן אדורכצוגיין א קאמפליצירטע אפעראציע, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים.
ווי באריכטעט איז די רבי שליט"א די לעצטע תקופה שטארק אפגעשוואכט און נויטיגט זיך אין תפילות ישראל צו קומען צוריק צו די כוחות מיט א בריאות השלימות. פארגאנגענעם וואך איז די רבי שליט"א אריינגעפארן אין שפיטאל אויף אונטערזיכונגען צו דערגיין דער אורזאך פון דעם שוואכקייט, היינט אינדערפרי איז אנגעקומען די תוצאות וואס ווייזט אז די רבי ליידט פון א אינטערנאל בלידינג נעבן די מח, די רבי שליט"א וועט מארגן דארפן דורכגיין א אפעראציע און פארבלייבן די קומענדיגער טעג אין שפיטאל.
חסידי פינסק קארלין זענען היינט פארבעטן געווארן צו מרבה זיין בתפילה ותחנונים אז אלעס זאל אדורכגיין כשורה און די רבי שליט"א, מרן רבי אריה ליב בן יוכבד מונטשע, דער רבי זאל זיך ווי גיכער צוריקכאפן צו די כוחות און זיך אומקערן לאיתנו הראשון בבריא גופא ונהורא מעליא.
Comments