מיטוואך פ' ואתחנן • י' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
א זעלטענער שמחת ברית מילה איז היינט מיטוואך אפגעראכטן געווארן אין שטאט קערעסטיר אונגארן, ווען דער רך הנימול איז געקומען צו פליען פון ארץ ישראל כדי אריינצוגיין לבריתו של אברהם אבינו על ברכי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער וויילט די יעצטיגע וואכן אויף אפרו אין שטאט מאד, בגלילות קערעסטיר.
דער אבי הבן, הר"ר שמעון פאפענהיים, מחסידי תולדות אהרן, האט געהאט דאס קינד שוין ארום א חודש צוריק, און צוליב געלקייט האט מען געמוזט ווארטן, און יעצט ווען די דאקטוירים האבן באשטעטיגט אז מ'קען שוין מאכן די ברית, און ווי אויך אז מ'קען ארויסרייזן מיט'ן קינד אויף אן אינטערנאציאנאלע רייזע, זענען די עלטערן בעצם יום תשעה באב ארויסגעפארן מיט'ן ניי-געבוירן קינד קיין אונגארן, וואו דער ברית איז דעם היינטיגן מיטוואך פארגעקומען אינעם בית הכנסת אורחים 'רבי ישעי'לע'ס הויז', וואו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן האט געדינט אלס סנדק און מוהל.
נאכ'ן ברית האט דער רבי מעריך געווען א שלחן לחיים, און דערנאך איז אפגעראכטן געווארן די סעודת הברית דארט אין קערעסטיר אין שטוב פונעם איש החסד הר"ר יעקב אליעזר שישא מנהל ארגון טוב וחסד.
Comments