top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סאטמאר בארא פארק פייערט "הנחת אבן הפינה" פאר גיגאנטישן 100,000 סקווער פיס בנין בית רחל החדש

מיטוואך פ' בא • ז' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם זינטאג בא איז אין דער שטאט בארא פארק געפייערט געווארן די חגיגת הנחת אבן הפינה והשלמת היסוד פארן נייעם בנין האדיר בית רחל ד'סאטמאר, מחיל אל חיל בלויז געציילטע וואכן נאך וואס מען האט באנייעט די ריזן תלמוד תורה געביידע 'בנין ליפא פריעדמאן' איז אצינד געלייגט געווארן די פונדאמענט פאר דעם הונדערט טוזנטער סקווער פיס בנין בית רחל החדש.


די מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן שאטער וואס איז אויפגעטעשלט געווארן ספעציעל לכבוד המאורע הארט נעבן דעם שטח הבנייה, אין שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א.


אנהייב פונעם חגיגה האבן אויפגעטראטן דער יושב ראש - העסקן ר׳ יצחק ברוך שפיטצער הי״ו און די מנכ״ל המוסדות הרב יושע שנעבאלג שליט״א מזידוטשוב לינדען וואס האט איבעגעגעבן א באריכט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די מוסדות הק'.


דער רבי שליט''א האט געטרינקען לחיים, משמיע געווען קורצע דברות קודש און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים, דערנאך האט דער רבי פארטיילט שריים פאר די ראשי והנהלת המוסדות און אנגעוואונטשען ברכת קדשו, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף א רקידה 'בורא עולם בקנין השלם זה הבנין'.


דאן איז די רבי ארויס צום 'שטח מייזעלס' ווי עס ווערט געבויעט די בנין החדש, דער רבי האט געגאסן דעם יסוד און אריינגעלייגט מטבעות כנהוג, דערנאך מכבד געווען הגה״צ רבי חיים דוד כץ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א און די נדבני הבנין, דערנאך איז דער רבי ארומגעגאנגען און באטראכט די בוי ארבעט.

























Comments


bottom of page