מיטוואך פ' בשלח • י"ד שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
השתדלו והרבו תחינה ובקשה:
דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין אין מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פון כ''ק האדמו''ר מקאפיטשניץ שליט''א וועלכע איז יעצט באנאכט אוועקגעפאלן בבית מדרשו בעת דעם עריכת שולחן הטהור לכבוד חמישה עשר בשבט, די רבי איז תיכף אריינגעפירט געווארן אין די שערי צדק שפיטאל פאר באהאנדלונגען.
דער רבי שליט"א איז נאך היינט געווען אין בני ברק, און באשיינט די שמחת פדיון הבן פון א אור אייניקל, שפעטער ביינאכט האט דער רבי אפגעראכטן דעם טיש לכבוד היום, אינמיטן טיש האט דער רבי אנגעהויבן זיך נישט גוט שפירן, אין איז צוזאמגעפאלן. הצלה איז אלארמירט געווארן פאר הילף אין אריינגענימען דעם רבי'ן אין שפיטאל - ב"ה ביים באוואוסטזיין אבער אין אן ערנסטע געזינט צושטאנד. כלל ישראל איז מתפלל לרפואת מרן יצחק מאיר בן בת שבע לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.
Comments