top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ענדגילטיגע פלענער באשטעטיגט פאר נייעם פראכטפולן ביהמ"ד צאנז זמיגראד אין "שכונת דברי חיים" קרית יואל

  • לפני 5 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: קרית יואל היימשטאט


אין די צייט וואס די איבערבוי פראיעקט פונעם צאנז זמיגראדער ביהמ''ד איז אריין אין שוואונג איז אין די טעג ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן די פריידיגע בשורה טובה, אז מען וועט בעז"ה בויען א נייעם בית המדרש 'צאנז זמיגראד' אין 'שכונת דברי חיים' אין בלומינגראוו קרית יואל וואס וועט ערזעצן די ביז יעצטיגע בית המדרש, און אויפהייבן די כח התורה ותפילה אינעם שכונה ביתר שאת ויתר עוז.


די בית המדרש צאנז זמיגראד איז שוין באקאנט אין די לעצטערע יארן, זינט די אויסשפרייטונג פון קרית יואל, אלץ לעכטיג ווינקל אין 'שכונת דברי חיים', און ווערט באזוכט כסדר דורך כ''ק האדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א, וועלכער פארשיינט מזיו אורו פאר די גאנצע שכונה.


דער נייער בנין מפוארה וועט געבויעט ווערן אויפן 'זמיגראד לעין' בתוככי השכונה, ווען דערנאך וואס מען וועט פארענדיגן דעם נייעם בית המדרש וועט מען צונעמען דעם יעצטיגן בית המדרש, און איבערמאכן די גאנצע גאס, כדי צו בויען דירות בתים נאמנים לה' ולתורתו.


די וואך האט כ''ק האדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א וועלכער וויילט אין די זומער וואכן אין בלומינגראוו באזוכט דעם שטח פונעם נייעם בית המדרש, אינאיינעם מיט די עסקני בית המדרש און די בוי-מייסטער. ביים באזוך האט מען געוויזן פאר'ן רבי'ן שליט"א די ארכיטעקט פלענער און געגעבן א דעטאלירטן באריכט איבער די פארשריט פונעם פראיעקט, ווי עס האלט יעצט, און ווי אזוי מען וועט גיין ווייטער. דער רבי שליט"א איז ארומגעגאנגען אויפן בוי-פלאץ, נאכגעפרעגט פארשידענע פרטים און זיך אינטערעסירט אין די פונקליכע פלענער פונעם בנין.


ביים ענדע פונעם באזוך האט דער רבי שליט"א געבענטשט די נדבנים, עסקני בית המדרש און אלע העוסקים במלאכה, אז זיי זאלן זוכה זיין צו הצלחה און צו זען אסאך נחת מכל יוצאי חלציהם.

תגובות


bottom of page