top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נקדמה פניהם בתודה: הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח ובנו בכורו לאזן זיך ארויס קיין אויסלאנד

דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי בעלזא אין חוץ לארץ ערווארטן בשמחה רבה דעם אנקום פון די געהויבענע געסט פון ארץ ישראל, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א און בנו בכורו הרה"צ רבי שלום שליט"א, וועלכע וועלן בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אפרייזן צו די אחים לדעה אין אויסלאנד.


די מטרה פון די נסיעה רוממה איז אויפצוטרייבן געלטער לטובת דעם מאסיוון פראיעקט פון הקמת "קרית הישיבות" אין שטאט בית שמש, די מעכטיגע ישיבה סיסטעם בחצר הקודש בעלזא האלט שוין אצינד ביי די אכטע ישיבה גדולה אין ארץ ישראל, און אויף דעם קומענדיגן שנת הלימודים וועט זיך עפענען די נייע קרית הישיבה אין שטאט בית שמש, וואו עס ווערט אויפגעבויט מיט פראכט א נעץ פון בנינים מפוארים פאר די ישיבות, וואס וועלן זיך דארט קווארטירן און שטייגן בתורה ועבודה.


די בליץ-באזוכן וועלן אפגעהאלטן ווערן תיכף נאך שבועות, ווען הרה"צ רבי שלום שליט"א נכדו הגדול פונעם רב שליט"א וועט אפרייזן קיין ניו יארק, וואו עס וועלן אפגעהאלטן ווערן א סעריע פון מסיבות און באנקעטן וואס וועלן אנשלוסן דעם ציבור נגידים ונדיבים בעם צו העלפן פאראויס רוקן דעם פראיעקט, וואס איז ערוווארט נתחנך ווערן בשעה טובה ומוצלחת דעם קומענדיגן חודש אלול, אין די נאכפאלגענדע וואכן איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א ערווארטעט אויף א קורצע באזוך בעיר הבירה לאנדאן אויפצוטרייבן שטיצע ביי די ארטיגע נגידים לטובת דעם וויכטיגן צוועק.

Comentários


bottom of page