top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מגור אנגעקומען קיין בני ברק אפצוגעבן זיין שטימע ביי די מוניציפאלע וואלן

דינסטאג פ' כי תשא • י"ח אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


היינט פארמיטאג נאך תפילת שחרית איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ארויסגעפארן קיין בני ברק ווי די רבי שליט"א האט אפגעגעבן זיין שטימע פאר די רשימה פון אגודת ישראל - אות ג' און פארן מעיאר קאנדינדאט הרב חנוך זייברט וועלכע האט אפגעווארט דעם רבי'ן ביים שטום בודקע, נאכן וועלן האט די רבי אנגעוואונטשן ר' העניך עס זאל זיין מיט גרויס הצלחה, און איז פון דארט איז די רבי צוגעפארן צום שטח הבנייה פון די נייע גערער ישיבה 'בית נחמיה' אין בני ברק ההולך ונבנה לשם ולתפארת, די רבי איז אריינגעפארן מיטן קאר אינעם קאנסטרוקציע פונעם בנין הישיבה, און זיך אומגעקוקט פון די נאנט ארום דעם גאנצן בנין, די רבי האט זיך אינטרעסירט ביי די עסקנים איבער די פארשריט ביי די בוי ארבעט און ווען די בנין איז ערווארטעט צו זיין גרייט, פון דארט איז די רבי צוגעפארן אויף ניחום אבלים ביי איינע פון די חסידים אין שטאט און דערנאך אהיימגעפארן לביתו נאווה קודש אין ירושלים.






تعليقات


bottom of page