קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 7 דקות

דאנערשטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש
די הכנות צום עלעגאנטן שבת "היכלא דמלכא" וואס האדמו"ר מבעלזא וועט אפרעכטן אינאיינעם מיט הונדערטער נגידים ותומכים בוני בנינים אדירים פאר די ישיבות גדולות דחסידי בעלזא אין די פראכטפולער "מצודת דוד" האטעל קעגן איבער חומות ירושלים.
דברי התעוררות פונעם מגיד מישרים הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א ביים ציון הק' פונעם הייליגן אך פרי תבואה מליסקא זי"ע.
א רעגלמעסיגער קידוש לבנה אין שיכון סקווירא בהשתתפות אלפי חסידים יונג און אלט.
אין די טעג איז שוין דער מאביל מקוה פון המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א אנגעקומען קיין מירון, וואס וועט שטיין צום דינסט פונעם משפיע דעם קומענדיגן ל"ג בעומר הבעל"ט.
האדמו"ר מוויזניץ ווערט אפגעווארט דורך די אור אייניקלעך, קינדער פון נכדו הגדול הרב שמחה האגער, אנקומענדיגן אין די נוארק לופטפעלד אויף א לענגערע באזוך אין ניו יארק.

היינט און אמאל: אייקאניש בילד פון הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מסקווירא אראפקומענדיג די שטיגן בבית האכסניא אין בארא פארק אין שטוב פון הנגיד ר' משה דיימאנד, אינעם בילד רעכטס ווערט געזעהן האדמו"ר מסקווירא אויף די זעלבע שטיגן ביי א באזוך אין בארא פארק קרוב צו צען יאר צוריק.

הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם פארברענגט מיט די מקורבים בשירי דביקות אויפן פליגער צוריק קיין ארץ ישראל נאכן קורצן נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע.
על כל צרה שלא תבוא: טאמס צוגעשטעלט ביים גרויסן שבת לנדיבים בחצר הקודש בעלזא.

הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א אונטערוועגנס קיין פולין וואו ער וועט אויפטרעטן אלס נואם הכבוד ביים שבת מרומם מיט האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא אין מאגלעניץ, דער רב שליט"א ווערט באגלייט דורך העסקן הרב יצחק ברוך שפיטצער הי"ו נאמן ביתו פונעם ספינקא רבי'ן.

דער מגיד הרב אברהם מרדכי מלאך אינאיינעם מיטן מייסטער בעל מנגן ר' מאטי אילאוויטש הי"ו ביים אנגרייטן דעם אייגנארטיגע ספירה פראיעקט, וואו ר' מאטי האט גענומען 5 גאר הערליכע און ספעציעלע אויטענטישע געשיכטעס דערציילט דורך 5 פון די גרעסטע מגידים פון היינטיגן דור, און עס אראפגעלייגט מיט גראמען אויף אן אייגנארטיגע שטייגער, ספעציעל צו די ימי הספירה.

א ברכת מזל טוב פאר החתן משה ראטטענבערג ני"ו מנאמני בית האדמו"ר מביאלא לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומוצלחת.

המשפיע הרה"צ רבי משה יעקב הורוויץ שליט"א זון פון האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא מערקט "קרישקעס" ביים ציון פון הרב יהודה צבי שטיינער זצ"ל ברודער פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע אין טאג פון ג' אייר.

המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב איז שופך שיח ביים ציון הק' פונעם הייליגן אמרי יוסף מספינקא זי"ע אין טאג פונעם יארצייט ו' אייר.

אין די טעג האט הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד בנו הצעיר פון האדמו"ר מוויזניץ אויפגענומען אן אפציעלער גבאי הרב ברוך ראובן שטיין וואס וועט פון היינט אן שטיין לימינו אין אלע עניני הכלל און זיין דער מוליך ומביא צווישן דעם רב שליט"א און די בני הקהילה אין אלעד.

הגה"צ אבד"ק קרית צאנז שליט"א טרעט אויף מיט דברי חיזוק ביים אסיפת חיזוק פאר אלע וואלונטירן פון זק"א, הצלה און אנדערע רעטונגס אגענטורן וועלכע האבן זיך אפגעגעבן ביי די טראגישע סצענע ביים וואסער ברעג אין קרית צאנז נתני', וואו די צוויי בשפיגל ברידער זענען פארשוועמט געווארן אין די וואסער כוואליעס, און זענען געברענגט געווארן לקבורה נאך לאנגע טעג פון זוכענישן.
הערליכע אויסלייג ביים גייסטרייכן שבת "היכלא דמלכא" פאר נגידי בעלזא, מיט אלע קניית זכותים אפציעס אין די זעקס נייע בנינים אדירים פאר די ישיבה אימפעריע דחסידי בעלזא.
קעגנזייטיגע הערצה צווישן די צוויי גדולי ראשי הישיבות, הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע און הגאון הגדול רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פאנאוויטש, זעהט זיך נאכן שיחת חיזוק וואס דער סלאבאדקע ראש ישיבה האט איבערגעגעבן אין פאנאוויטש לרלג התחלת הזמן.

האדמו"ר מקאשוי איז מפריש צדקה פארן קופה פון כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס איידער ברכת האילנות.

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה איז מתפלל ביים ציון הק' פון התנא רבי מאיר בעל הנס אין די טעג סמוך ונראה צום יארצייט וואס געפאלט אויס היינטיגן פסח שני.

האדמו"ר מקאליב ווערט געזען דאווענען מעריב צווישן די מיטרייזנדע אויף א פליגער קיין אייראפע די וואך.

אריינבליק אינעם גראנדיעזן אונטערנעמונג פון הנהלת מוסדות באבוב 45, צום ערווארטעטן אפקויף פון נייע גיגאנטישע קעמפ מחנה בני באבוב 45.
האדמו"ר מלוצק ביים שולחן הטהור וסעודת הילולא אין שטאט דעטרויט נאכן פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם פעטער הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין זי''ע ערב די יארצייט.

האדמו"ר מקהל חסידי ירושלים באזוכט ביי הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין לעיקוואד.

הגאון הגדול רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר באזוכט ביי האדמו"ר מראחמיסטריווקא אינאיינעם מיט די בחורי חמד וועלכע האבן מיטגעהאלטן די ישיבת בין הזמנים בנשיאותו אין דער שטאט ביתר.

העסקן הדגול ר' אייזיק דאסקאל הי"ו מראשי העסקנים בחצר הקודש סאטמאר ביים איבערגעבן די נייע וויכטיגע איניציאטיוו, א האנט סיגנאל אין פארעם פון פיר פינגערס צו אלאמירן הצלה לייט אין פאל עס מאכט זיך ח"ו אן עמערזשענסי סיטואציע אינמיטן א מעמד.
האדמו"ר תורת חכם אנקומענדיג צום ציון קודש הקדשים פונעם הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי''ע בעת דעם רבינס קורצע נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע די וואך.
האדמור"ים מקאסאן און ראחמיסטריווקא לינדען אין א שמועס בנועם שיח ביים סעודת הילולא פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי''ע אין שטטאט לינדען.

שמע ה' קול יהוד"ה: ספעציעלע ניגון ערשינען לכבוד די היסטארישע שמחת ״הכנסת ספר תורה״ פון האדמו"ר מסאטמאר, פארפסאט דורך המלחין ר' הערשל וויינבערגער הי"ו.
האדמו"ר מקראלי ביים ספירת העומר די וואך בבית הנגיד ר' יואל בראדי הי"ו אין מאנסי, נאכן מקיים זיין די מצוה פון שילוח הקן.
פראדע בויגן וואס די קינדער האבן אויסגעשריבן און צוריק געשיקט מיט די טאטעס צו אסיפה רבתי לטובת די היסטארישע אונטערנעמונג די וואך.

די עסקני ״מסע בוני המלוכה״ דורך האדמו"ר מסאטמאר צו די קברי אבות אין אייראפע דעם קומענדיגן חודש סיון הבעל"ט, אויף א אסיפה די וואך ביים לעגענדארע משב"ק בבית סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו.

סיום מסכת דורך די משתתפי השיעור פון הרב חיים ראזנבוים שליט"א אייניקל פון האדמור"ים מוויזניץ און פרמישלאן.

האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן איז מתפלל ביים ציון פון הרה"ק רבי לייבל אייגער זצוק"ל מלובלין פון וועם דער רבי איז אן אייניקל מצד חותנו.

די פאטאגראפירער שטאב גרייט פארן גייסטרייכן שבת הנגידים בראשות האדמו"ר מבעלזא אין די פראכטפולע "מצודת דוד" האטעל אין ירושלים.

געשמאקע פארציעס פיש ווערן פארטיילט פאר טויזנטער אידן ביים סעודת הילולא אין קערעסטיר.

הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם ביי תפילת שחרית דעם דינסטאג אינעם אהל הק' פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע אין לאנצהוט פולין.
די קארידארן פונעם בנין הישיבה באלאגערט מיט בחורים, צוליב מאנגל אין פלאץ אינעם היכל הישיבה בשעתן דרשת חיזוק דורכן ראש הישיבה.

גאב"ד מאקאווא איז עוסק בתורה אונטער די פרייע הימל און פרישע לופט אין חצר פון די אכסניא אין מאנסי.

אידן זענען מתפלל ביים ציון פון הרה"ק בעל טל חיים מליסקא זצ"ל ביומא דהילולא. ווערט געזעהן הרב משה יוסף פריעדלענדער פון רבי ישעי'לעס גאסט הויז אין קערעסטיר.
האדמו"ר משאץ וויזניץ ביים אנוואונטשן דעם באקאנטן שריפטשטעלער הרב יוסף מאיר האס הי"ו נאכן שבת הילולא פון אביו הגה"צ ראש ישיבת סערט וויזניץ זצ''ל בעל ברכת משה.

הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א מרבני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג אין א שמועס מיט הרה"ג חיים שלמה בערגער אב"ד קהל חסידים קאסע גראנדע, נאך א באזוך פאריגע וואך אינעם נייעם ישוב.

העסקן ר' בנימין בארבער הי"ו באטייליגט זיך ביים יארצייט סעודה פון הגה"צ אבד"ק בעלעד זצ"ל ביי בנו דער נעים זמירות ישראל הרב שלמה טויסיג אבד"ק בעלעד.

חסידי סקווירא מאנסי ביים שלום נעמען פונעם רבי'ן נאכן זיך אהיימקערן די וואך פון די נסיעה קיין ארץ ישראל.
האדמו"ר מוויזניץ אין א שמועס מיט מקורביו הנגיד ר' יוסף שטערן און העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש אויף א שפאציר ביים וואסער ברעג אין וועסט פאלט ביעטש פלארידא וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן עטליכע טעג אויף אפרוה.

די היסטארישע תהילים פון הרה"ק רבי דוד'ל טאלנער זי''ע וואס האדמו"ר מטאלנא האט כמידי שנה בשנה ארויסגענומען מאוצרו הטוב צום סעודת הילולא.

מסיבת לחיים די וואך אין קרית יואל לרגל די קנין זכות דורך הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער וועלכער האט אפגעקויפט דער זכות שם המקוה פאר די נייע גיגאנטישע מקוה אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים, פארן אסטראנאמישע סומע פון קרוב צו דריי מיליאן דאללער.

דעם מוצאי שבת נאכן געהויבענעם שבת התאחדות פאר חסידי לוצק אין פענסילוועניע האט האדמו"ר מלוצק משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה פאר די חסידים, אין א זעלטענעם שריט, האט דער רבי אויסגעטון דעם שטריימל בעפארן רעדן נאך וואס מען האט אריינגעברענגט א מייק, לויט די קבלה פון הרה"ק רבי יוחנן מסטאלין זי"ע נישט צו טון קיין מלאכה אדער דברי חול מיטן שבת'דיגן שטריימל.

גאב"ד מאקאווא אויף א שפאציר די וואך בחצר בית האכסניא אין מאנסי, לידו ווערט געזעהן תלמידו הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי בן האדמו"ר מפאפא.

הנהלת כולל שומרי החומות בקודש פנימה ביי האדמו"ר מפאפא איינצולאדענען דעם רבי'ן צום דינער השנתי לטובת הכולל וואס קומט פאר היינטיגן ליל שישי אין זאל פון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג.

האדמו"ר מוויזניץ אין א שמועס מיטן חב"ד שליח אין די קענעדי לופטפעלד איידערן אפרייזן אהיים קיין ארה"ק נאך א באזוך אין ניו יארק.

ראשי אירגון חברים אנטווערפען אויף א זיצונג ביי גאב"ד אנטווערפען אין בעפארברייטונג צו א קאמפיין וואס ווערט געלאזט אין גאנג לטובת די ארגאניזאציע.

בנש"ק הרב מאיר אדלער איז מהנה ביי איינע פון די שותפות דינערס די וואך בחצה"ק באבוב 45 אינאיינעם מיט מקהלת ציון ד'באבוב 45.

רשימה פון 15 מאל וואס די משפחת המלוכה פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי״ע האבן זיך משדך געווען צווישן זיך, אויסגערעכנט אויף "קול סאטמאר - צונויפשמועסן", לרגל קישור החיתון בבית האדמו"ר מסאטמאר מיט אייניקל פון אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א.

ולמלשינים אל תהי תקוה: מעמד 'תפלה על כבוד שמים'' וקריאת ויחל אין ביהמ''ד הגדול תולדות אהרן ירושלים ביום המר והנמהר ה' אייר.

האדמו"ר מאקרלין סטאלין ווערט געזעהן היינטיגן ליל שישי ביים כותל המערבי ארומגענומען מיט פילע אידן וועלכע זענען צוגעקומען מיט הזכרות און קוויטלעך.
בני היכלא דכסיפין: געהויבענער שולחן הטהור דורך האדמו"ר מסאטמאר אין זאל פון עטרת פעסיל לאה אינעם סאטמארן שטעטל קרית יטב לב, אינאיינעם מיט די הונדערטער תושבי העיר; עס ווערט אויך געזען דער מרא דאתרא הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט''א אבד"ק קרית יטב לב.

די בארימטע רענטעסטיק פארטי רענטעל פירמע ביים אויפשטעלן גיגאנטישע טענטס מיט אלע צוגעהערן ביים ציון פון אדמור''י באבוב אין ניו דזשערסי לקראת ל''ג בעומר.

הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא מערקט "קרישקעס" אויפן פליגער אהיים קיין ארץ ישראל זייענדיג מקיין דעם "ובלכתך בדרך".

האדמו"ר מוויען ביים גומל בענטשן אין די היסטארישע ישיבת חכמי לובלין, ביים מסע הקודש "נחלת הבונים" מיט די נגידי ותומכי המוסדות.
"קרישקעס" באמערקט אן עלטערער אמעריקאנער איד מיט א לאנגע ליסטע פון הזכרות מתפלל זיין ביים ציון פון הרה"ק רבי אליעזר חיים מיאמפאלא זצ"ל, אינעם טאג פון זיין יארצייט פארגאנגענעם מיטוואך אויפן בית החיים אין קווינס.

אן אינטערעסאנטע שטודיע איז דורכגעפירט געווארן דורך הנהלת ביהמ"ד יטב לב ד'סאטמאר קליימער, איבער ווען מען זאל זיך שטעלן שחרית שבת צופרי אין די זומער שבתים; מען איז געגאנגען נאכ'ן "דעת הקהל" לויט די רוב שטימעס פון די מתפללים.

א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' שלמה זלמן כץ הי"ו נאמן ביתו ויד ימינו פון האדמו"ר מקאסאן, לרגל די שידוך שליסן פון בתו הכלה. אינעם בילד ווערט ר' זלמן געזעהן באקמען כוס של ברכה פונעם רבי'ן נאכן סעודת הילולא פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי''ע פארלאפענעם וואך.






תגובות