top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס התעוררות ביים סעודת הילולא רבתי פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצ"ל אין עיר הקודש ירושלים

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

הונדערטער אידן בני ירושלים און תלמידי וחסידי ווערדאן אין ארה"ק האבן דעם מאנטאג נאכט מיטגעהאלטן דער סעודת הילולא רבתי פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצ"ל וואס איז היי יאר צום ערשטן מאל געפראוועט געווארן אין עיר הקודש ירושלים אין שפיץ פון בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון ירושלים.אלע יארן ביז אהער פלעגט דער רבי שליט"א ארויספארן אויף אמעריקא צום יארצייט, אבער היי יאר ווען דאס ארויספארן פון לאנד איז גאר שווער און אומזיכער צוליב די מלחמה אין ארה"ק, האט דער רבי באשלאסן צו פארבלייבן אין ארץ ישראל ביים יארצייט, און האט אפגעראכטן די גרויסארטיגע סעודת הילולא רבתי אין עיר הקודש ירושלים וואו דער רבי פירט אן זיין שיינעם הויף בדרך אבותיו.


דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ ירושלים וועלכע איז צו די באשטימטע צייט שוין געווען איבערגעפולט פון די מאסן אידן, אריינגערעכנט חסידים, מעריצים וידידים, וואס האבן זיך צונויפגעזאמעלט מעורר צו זיין זכרו פון דעם צדיק תמים ונשגב ביי וועמען אזויפיל אידן האבן געשאפט חיות און חיזוק במשך אלע יארן.


ובראשם האבן זיך אנגעזעהן די קרובי המשפחה און א הערליכע גאלעריע פון אדמר"ים ורבנים חשובים, אינצווישן זיי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסטריקוב ירושלים שליט"א, המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב, הרבנים הגאונים הצדיקים ר' משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים, אבד"ק טשאבא, אבד"ק קעכניא, הגה"צ ר' יוסף נחמיה הירשלער שליט"א ראש ישיבת נזר התלמוד, אבד"ק לינז, הרה"צ רבי שלום צבי סופר שליט"א בן האדמו"ר מערלוי, הרה"צ ר' מיכל הלברשטאם שליט"א, און הרה"צ ר' יצחק דוד הלברשטאם שליט"א מגארליץ, הגה"צ ר' נתן אלי' שטערן ראש ישיבת תורת חסד, הרה"צ יחיאל בעקער בן האדמו"ר מאוזרוב, הרה"ג ר' יהושע גרינצווייג ראש כולל מאחנובקא בעלזא, הרה"ג ר' אהרן פוקס שליט"א דומ"ץ קרעטשניף סיגעט און נאך פיל.


נאכן זיך וואשן צו די סעודה האט דער רבי שליט"א געמאכט דעם סיום הש"ס ומשניות און דערנאך געזאגט דעם קדיש. דערנאך האט מען געהערט א רייע דרשות, ווען אינצווישן האט מען געזונגען די ניגוני קודש וואס פלעג געזונגען ווערן בבית מדרשו של רבי, און במיוחד די הייליגע ניגונים מעוררי לבבות וואס זענען פארפאסט געווארן דורכן בעל ההילולא זעלסט.


צוערשט האט אויפגעטרעטן הרה"צ ר' שלמה האפשטיין שליט"א, וועלכער האט ארומגערעט איבער די קדושה ופרישות פונעם רבי'ן ז"ל נאך פון קינדווייז אן, דערנאך האט מען געהערט פייערדיגע דברי אלוקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א במשנת אביו דער בעל ההילולא, איבער זיינע געהויבענע מדות און די אנדערע הנהגות וואס דארף זיין א לימוד פאר יעדן נאכצוגיין אין די דרכים.


דערנאך האט מען געהערט די דרשה פון המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, וואס האט געהאט גאר א נאנטן שייכות צום ווערדאנער רבי'ן גאנצע פערציג יאר, און האט ארומגערעט פון די אויסטערלישע יגיעת התורה וואס מ'האט אלץ צוגעזען ביים רבי'ן, זיין גאונות, און זיין געהויבענע עבודה אין אלע ענינים.


דערנאך האט מען מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די גרויסע צדקות פונעם בעל ההילולא, וואס איז געווען שייך צו די צדיקים פון די דורות הקודמים.


צום לעצט האט הגה"ח ר' מנחם ווייס שליט"א, ראש ישיבה אושפיצין א נאנטע מקורב ביים בעל ההילולא מעורר געווען די משתתפים מיט א לעבעדיגע שילדערונג פונעם רבינס געהויבענע עבודת הקודש כחד מצדיקי קמאי.


פארן בענטשן האט דער רבי פארגעזונגען דעם התעוררות'דיגן זמר "ועד זקנה" וואס איז פארפאסט געווארן דורכן רבי'ן ז"ל און האט ערוועקט נאסטאלגישע הרגשים ביי אלע משתתפים.


נאך ברכת המזון איז דער גאנצער ציבור דורך דעם רבי'ן באקומען כוס של ברכה. שפעטער האט דער רבי גענומען קוויטלעך פונעם עולם להיפקד בדבר ישועה ורחמים אין דעם גרויסן טאג.


תגובות


bottom of page