top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

25'סטע הילולא פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל מב"פ אפגעהאלטן מיט התעוררות

  • Bechatzros admin
  • לפני 20 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' יתרו • י"ז שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

מיט גרויס התעוררות איז פארלאפענע וואך דינסטאג, ט' שבט, אפגעראכטן געווארן די 25'סטע הילולא פון דעם רועה נאמן לעדתו כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל פון בארא פארק וואס איז געפראוועט געווארן מיט גרויס התעוררות בצל בנו מ"מ כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פון בארא פארק.


מאנטאג נאכט אור ליום ההילולא איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת שולחן הטהור, דער רבי שליט"א האט געמאכט דעם סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורכ'ן גאנצן ציבור במשך'ן יאר, און דאן האט מען געזינגן דעם התעוררות'דיגן פיוט "הזכירו לפניו תורה ומעשים טובים" וואס איז בחצרות טשערנובל-סקווירא נהוג צו זינגן ביומא דהילולא.


במשך דעם עריכת השולחן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען אלע רבנים מיט א זמר, און מיטן בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען אחיו הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א. דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן לחיים פאר'ן רבי'ן שליט"א און פאר אחיו הרבנים הגה"צ שליט"א.


דינסטאג אינדערפרי ביומא דהילולא איז א גרויסער ציבור געקומען מיטהאלטן תפלת שחרית צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א. באזונדער האבן זיך אנגעזען די ילדי חן תלמידי התלמוד תורה, צוזאמען מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבה.


דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס התעוררות, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, ביי וועלכן מען האט געזינגען עטליכע ניגונים. דערנאך האט דער רבי שליט"א געטיילט לקח און לחיים פאר'ן גאנצן ציבור, זקנים עם נערים.


מיטאג צייט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום ציון הק' אויפ'ן ביה"ח אין לאנג איילענד "חלקת סקווירא", וואו עס האט שוין אפגעווארט א גרויסער ציבור.


אנקומענדיג האט דער רבי שליט"א געזאגט די פרקי תהלים כמנהג טשערנאביל, און דערנאך געמאכט הקפות ארום דעם ציון. דער רבי שליט"א מיט די ברידער שליט"א האבן געזאגט קדיש, און דער גאנצער ציבור איז אריבער מיט קוויטלעך.


פון דארט איז מען צוגעגאנגען צום אוהל הק' פונעם זיידן הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זצוק"ל וואו מען האט געזאגט תהלים, געמאכט הקפות און געזאגט קדיש. דאס זעלבע האט זיך איבערגעחזרט ביים ציון פון זיין רביצין הרבנית הצדקנית ע"ה.



bottom of page