שיינעם באזוך פון האד' מסאטמאר אין נייעם ת"ת 'נעימות התורה' אין נארט מיאמי
- בחצרות הקודש

- 22 בפבר׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' תצוה • י"ג אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

די וואך זונטאג איידער כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט פארלאזט דעם מקום הנופש אין נארט מיאמי פלארידע איז די רבי אנגעקומען אויף א באזוך אינעם נייעם תלמוד תורה 'נעימות התורה', וועלכע שטייט בנשיאות הרה"ג ר' בנימין פעלבראנד שליט"א רב קהילת 'קדושת לוי' אין נארט מיאמי, אנקומענדיג האט דער רבי קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם תלמוד תורה געביידע, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים לכבוד המאורע מיט די קינדער און מלמדים, ווי דער רבי האט משמיע געוועהן קורצע דברות קודש און פארטיילט שיריים און מיני מתיקה פאר די ילדי תשב"ר.
































תגובות