דינסטאג פ' מקץ • כ"ג כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לעטשעווסקי - יוסי גאלדבערגער - שאט די דאט
הָרוֹאֶה אוּכְלוּסֵי יִשְׂרָאֵל, אוֹמֵר בָּרוּךְ חֲכַם הָרָזִים: רבבות תלמידי וחסידי סאטמאר זענען נאך אונטערן רישומא דקדושה פונעם מעמד הגדול והקדוש לכבוד דער יום הצלה והשחרור כ"א כסלו, ווען אלופי אלפי ישראל האבן זיך צונויפגענומען תחת קורת גג אחד, אינעם מאיעסטעטישן 'בארקלעיס סענטער' סטאדיום, ווען דער ריזן פעסטונג מיט אירע רבבות זיצן איז פארוואנדלט געווארן אלס א צענטער-פונקט פאר חסידי סאטמאר אומעטום, אינאיינעם האט מען זיך געפריידט אויפן גרויסן נס אין דעם טאג וואס 'אכציג יאר' צוריק ביום כ"א כסלו שנת תש"ה לפ"ק, איז מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע געראטעוועט געווארן מאפילה לאורה מצפרני הרשעים הארורים ימ"ש, און צוריק אויפגעשטעלט תורה און אידישקייט אין אמעריקע און אין דער גאנצער וועלט.
אלופי אלפי ישראל, טויזנטער חסידים ואנשי מעשה, רבנים, דיינים, מרביצי תורה, עלטערע אידן דור דעה תלמידי בעל הנס, בעלי בתים, אברכים, בחורי חמד, ילדי תשב"ר, ובראשם דער מנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, כולם נקבצו באו לך להודות ולהלל אויפן יום הצלה.
אריינקומענדיג אינעם בנין הגדול והאדיר, האט זיך אנטפלעקט די גאנצע מעכטיגע סטאדיום מיט אירע קרוב צו 'צוואנציג טויזנט זיצן' ארום און ארום, בנוסף צו די פרישע 'טויזנט' צוגעלייגטע זיץ-פלעצער אויפן פאדלאגע פונעם זאל, די מעכטיגע בימת הכבוד מיט רבנן ותלמידיהון, בנוסף צו די הונדערטער מנהלי מוסדות על טהרת הקודש בארה"ק. כולם נקבצו באו לך.
ווערטער זענען גענצליך איבריג, דיו אילו ימי, קני כל חורשתא, ווען צוויי צענדליגער טויזנט חסידים ואנשי מעשה זיצן כאיש אחד בלב אחד, פאר פינף געהויבענע שעות פון דביקות, און הלל והודאה צו השי"ת, א מעמד כל כולו קודש, אנגעפולט מיט רוחניות און דערהויבנקייט.
א געוואלדיגע חשיבות און זעלטענע ממשות רוחני האט דער 'מעמד הגדול' היי-יאר געטראגן מיט זיך, ווען א באזונדערע דגוש האט מען געלייגט אז דער מעמד זאל זיך פירן ווי עס פאסט זיך פאר א זמן 'כינוס סאטמאר לכל' לכבוד היום, אז עס זאל זיין אן קיין שום אויפטריטן אויף אנדערע שפראכן וכדו', בלויז מיוחד פאר דעם איינציגסטן ציל, אז דאס זאל זיין כולו קודש לה', אלס א ריכטיגער זמן קהלה לכל, פאר תלמידי וחסידי סאטמאר, ההולכים בדרכו הקודש פונעם רבי'ן זי"ע - בעל הנס.
אויך איז גאר שטארק באגריסט געווארן די געוואלדיגע דערגרייכונג, אז עס איז נישט געווען קיין שום 'לייוו ווידעא סקרינס' אינעם זאל, נאכדעם וואס מען האט שווער געארבעט ביי די פארוואלטונג אז זיי זאלן עס לאזן אדורכפירן למען קדושת המעמד, נאכדעם וואס מיט עטליכע יאר צוריק ביים היסטארישן 'כינוס הרבבות' האבן זיי בשו"א נישט מסכים געווען דערצו, אבער ב"ה יעצט מיט די ריכטיגע השתדלות דורך די געטרייע עסקנים, האט מען דאס געקענט אויספירן מכח אל הפועל, וואס איז שטארק באגריסט געווארן דורך די טויזנטער באטייליגטע.
דער מעמד האט זיך אנגעהויבן ארום 3:00 מיטאג, ווען דער 'בארקלעיס סענטער קאמפלעקס' האט צוביסלעך אנגעהויבן ווערן איבערגעפילט. תיכף ביים אריינקומען אין זאל איז א רייכע סעודה פעקל פארטיילט געווארן לכל הקהל הקודש. דערויף האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה ברוב עם במעמד בעת רצון.
תיכף נאך תפילת מנחה האט נאכגעפאלגט דער 'מעמד בוקע רקיעים', מיט פרקי תהלים בהתעוררות רב, איינצורייסן לביטול רוע גזירת החינוך המרחפת על יהדות ניו יארק היל"ת. פרקי תהלים האט פארגעזאגט בהתעוררות רב, דער לאנגיעריגער מנהל רוחני הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א, וואס איז נאך געשטעלט געווארן דורך הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אויף לאנגע געזונטע יארן.
דערנאך האט מען געהערט די קורצע אויפטריטן פון די אדמיניסטראטארן פון אלע ריזיגע סאטמארע אימפעריעס ברחבי ניו יארק, ניו דזשערסי, און קאנאדע. נאכן הערן די דרשות און אלע הרחבות גבולי קדושה אין יעדן שטאט באזונדער, האט זיך ארויסגעשטעלט די אומגלויבליכע, אבער טרוקענע פאקטן, אז במשך די לעצטע 6-7 יאר, איז שוין צוזאמגעשטעלט געווארן קרוב צו א 'ביליאן דאלער' פאר הרחבת מוסדות סאטמאר אין אמעריקע וקאנאדע!
אט איז אנגעקומען דער 'קלימאקס' פונעם מעמד, ווען עס איז געמאלדן געווארן אז דער רעיה מהימנא קדישא, וממשיך דרכו בקודש פונעם בעל הנס זי"ע, קומט אט יעצט אריין אינעם זאל, לשוש אתנו משוש, באשיינען בראש המעמד האדיר והגדול הזה, און אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור אפגעבן א שבח והודי' פארן רבוש"ע ברוך שלא השבית לנו גואל. דער גאנצער 'בארקלעיס פעסטונג', איז אין יענע רגעים פארוואנדלט געווארן אין איין שטיק שבח והודאה דורך די אלפי אלפים, וועלכע לויבן און דאנקען, טאנצן און פרייען זיך בקול רינה ותודה המון חוגג, מיט אזא עקסטאז, צענדליגער טויזנטער אידן, זקנים עם נערים, זינגען אינאיינעם מיט התרגשות 'חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!'
דער רבי שליט"א ערשיינט פון מערב זייט פונעם סטאדיום, און שּפאַנט אדורך דעם גאנצן זאל צווישן די ספעציעל דעזגנירטע ערטער, אויפן פאדלאגע פונעם זאל, לכבודם פון די חשוב'ע מלמדים ומרביצי תורה שליט"א. טויזנטער אידן שטופן זיך צו באגריסן דעם רבי'ן שליט"א, ואף הוא עונה כנגד המברכים בצהלת פנים אין דעם גרויסן יום הצלה.
דער רבי ערשיינט אויפן פני המזרח ביים בימת הכבוד, און כאפט זיך דאן אן אין די ארומיגע גדולי הרבנים, עיני העדה, וחברי הבית דין צדק, בעת ווען חייל אלף אלפין ורבבה הייבן זיך אינאיינעם, די הונדערטער שטאקן, די טויזנטער אידן, אלס טאנצט ווי איין מעכטיגע חומה בצורה.
נאך די פייערדיגע ריקודין האט מען פארגעזעצט מיט ווארעמע ניגוני התעוררות, בשעת דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו דער סעודת הודאה. דאן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו פארצוזינגען די קאפיטל פון 'אודה', להודות ולהלל אויפן גרויסן יום הצלה.
דער קלימאקס און הויכפונקט פון דעם מעמד אדיר והגדול איז געווען, דער דבר ה' בעוז וואס עס האט משמיע געווען דער מנהיג העדה, דער רבי שליט"א, וועלכע הייבט אן ארויסצוברענגען איבער דעם משמעות פון דער נס הצלה, די יסודות׳דיגע דברי הדרכה במשנתו פונעם הייליגן בעל הנס זי"ע, און די זכי' צו שטיין צו דער האנט צו העלפן אויפבויען און מרחיב זיין די גבולי הקדושה פונעם הייליגן רבי'ן בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע.
דער רבי האט מעלה געווען לשבח המוסדות וואס וואקסט און בליט לשם ולתפארת, און דערביי ארויסגעברענגט די ודברים העומדים על הפרק איבער די גזירות וואס באדראען כלל ישראל בארץ ובגולה, בפרט די ביטערע גזירת החינוך המרחפת על יהדות ניו יארק, ועל כולם דער חובת השעה זיך מחזק צו זיין אין די דרכים פון רבי'ן זי"ע, נישט נאכצולאזן גארנישט, קיין קוצו של יו"ד, בלי שום שינוי קל.
דערביי האט דער רבי שליט"א מעורר געווען מיט שטארקע יסודות בענייני הדת, בקדושת הבית, התעוררות בענייני צניעות, ארויסגעברענגט לשבח די לעצטערע שינוי לטובה ביי די נשים צדקניות אנבאלאנגט דאס קאפ צודעק, שטארקע זהירות איבער ליין מאטריאל, התבדלות מרשעים ומדרכי הגוי, בפרט נזהר זיין זיך צו דרייען נאר אין סאטמארע בתי מדרשים, נאר שיקן די קינדער אין די מוסדות, ישיבות, און נישט אוועקשיקן די בחורים לערנען קיין ארץ ישראל אשר תוצאותיו מי ישורנה, בפרט פאר סאטמארע אידן איז דער נזק פילפאכיג מער, נאכדעם וואס מען קען זיך אנפיקעווען בדיעות כוזבות ה"י. און דערביי אויסגעפירט ברכות לרוב פאר די טויזנטער משתתפים.
תיכף נאך די דברי אלקים חיים איז פארגעקומען די זעלטענע מרוגש'דיגע פרעזענטאציע אויפטריט דורך הילד החשוב מתלמידי מוסדותינו הק', אינאיינעם מיט ר' הערשל וויינבערגער הי"ו מחשובי הורי המוסדות, וואס האט יעדן בארירט, ארויסברענגענדיג וואס דער סאטמארער רבי זי"ע האט אויפגעבויט על אדמת אמעריקע, און די הייליגע המשכה אויף ווייטער, און אז דער רבי געפינט זיך דא מיט אונז אין זאל בעת ווען מיר קומען זיך צוזאם מיטן ציל לחזור ולשנן בדרכיו הקדושים.
דערנאך איז דער 'מסע חינוך הטהור' געקומען צו איר הויכ-ווענדפונקט, ווען בקול רגש האבן אויפגעטרעטן צוויי מסירת נפש'דיגע מנהלים, און ארויסגעברענגט מעומק לבבם זייערע הארציגע געפילן ברגשי הכרת הטוב פאר סאטמארע חסידים, פאר די געוואלדיגע הילף און שטיצע במשך דעם גאנצן יאר.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הרב הגאון רבי יהודה עהרנטאל שליט"א - מנהל מוסדות 'בנות ירושלים' על טהרת הקודש, ווי ער האט ארויסגעברענגט זיין הכרת הטוב פאר די רבבות סאטמארע אידן, וואס העלפן אים שטענדיג ארויס, און שטייען לימינו ער זאל קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש, און מיט א קול געשטיקט פון טרערן בקול בוכים האט ער געדאנקט דעם אויבערשטן, 'אודך בקהל רב', אז ער האט די זכי' אזויפיל יארן צו פירן א מוסד על טהרת הקודש במסירת נפש.
דערנאך איז געהערט געווארן פייערדיגע דיבורים דורך הר"ר אברם יחיאל אונא שליט"א - מנהל מוסדות 'תורת אהרן' עטה"ק פאר די ליטווישע בני תורה קרייזן, ווען ער האט ארויסגעברענגט לשבח והכרת הטוב, אז מיט ארום צען יאר צוריק, ווען רבו הגדול דער ראש הישיבה מרן הגאון רבי שמואל אויערבאך זצ"ל, האט זיך געשטעלט במסירת נפש מיט די געוואלדיגע מהפיכה זיך אפצושאקלען פון די מלכות המינות און זייערע געלטער, האט יעדער געלאכט פון זיי, מען האט חוזק געמאכט פון זיי, אבער 'איין איינציגע קהילה' איז זיי געשטאנען צוהילף, דאס איז די 'הייליגע סאטמארע קהילה, בנשיאות דעם רבי'ן שליט"א', וואס האט זיך אריינגעווארפן אוועקצושטעלן א יסוד בסיס למען קיום התורה בטהרה. אט אין דעם מקום וואו מיט זיבן אהאלב יאר צוריק איז מען זיך צונויפגעקומען אויסשרייען אונזער וויי-געשריי קעגן די גזירות על הדת בארה"ק, אט-דאס איז געווארן חוזר וניעור ביי די פייערדיגע דרשות דורך די מנהלי המוסדות על טהרת הקודש.
ווי אן עלעקטעראנישע שטראם האט דער יו"ר המעמד הרה"ח ר' שלמה אליעזר מייזלס הי"ו צוגעטרעטן צום מייקראפאן, און געמאלדן אז דער פלאן איז געווען אז הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א זאל אויפטרעטן מיטן 'דבר מסע חינוך הטהור', אבער דער רב שליט"א האט געבעטן אז אין אזא התרגשות'דיגע מאמענט איז נישט מער ווי פאסיג אז דער מגן חינוך הטהור, אביו הגדול דער רבי שליט"א, זאל בבחינת 'לוחות שניות' נאכאמאל אויפטרעטן.
דא האט דער רעיא מהימנא צום 'צווייטן מאל' זיך אויפגעשטעלט, און אויפגעטרעטן מיטן 'דבר מסע חינוך הטהור', און מיט א קול אדיר וחזק געפאדערט, אז אונז זאל מיר זיך אליינס אנקוקן צי 'אותו דבר שציווני עדיין נוהג בנו', צי אונז זעמיר טאקע מקיים דעם הייליגען רבינ'ס צוואה, צו שטיצן און מחזק זיין בגוף ובממון די אלע מוסדות על טהרת הקודש בארה"ק, וועלכע שיידן זיך אפ פון די מלכות המינות.
דערביי האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט מיט ווייטאג איבערן געפערליכן מצב אין ארה"ק, ווען די פרומע פארטייען וועלכע זענען מקושר צו די טמא'נע געלטער משולחן איזבל, ווערן א חלק אין די ממשלה און אלע זייערע גזירות נוראות, כי השוחד יעוור עיני חכמים, מען ווערט אליינס פארבלענדעט נישט זעענדיג דעם אמת.
דער רבי שליט"א האט אויסגעשריגן: "קרוב צו אכט יאר צוריק זענען מיר דא געשטאנען אין דעם מקום און געבראכן די השתקה אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס". דעמאלס האבן נאך אסאך געוואלט לייקענען דעם פאקט, אבער היינט צוטאגס זעט מען איין דעם אמת, בפרט לעצטנס ווען די מדינה הטמאה שיקן ארויס טויזנטער 'גיוס באפעלן' פאר בחורי ישראל לשמד רח"ל היל"ת.
דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט, עס איז זיכער אז רבינו הק' זי"ע געפינט זיך דא מיט אונז, לאמיר זיך אויסגיסן אונזערע הערצער איבער דער שווערע מצב רוחני וגשמי וואס מיר גייען אריבער! לאמיר פארציילן פארן רבי'ן וויפיל אידן דארפן ישועות ורפואות! כי כל לבב דוי וכל ראש לחלי! אין דעם זכות וואס מיר זענען מחזק די בעלי מסירת נפש, מנהלי המוסדות על טהרת הקודש, און מיר לערנען זיך אפ פון זייער מסירת נפש, וועט דאס אוודאי משפיע זיין, און דער אויבערשטער וועט העלפן פאר יעדן איינעם מיט אלע השפעות טובות!
נאך די דברות קודש מלהבות אש, האט דער גאנצער ציבור געזונגען בהתעוררות רב אונטער איין דאך ניגוני גלות וגאולה, און גאר א שטארקע מאמענט ביים זינגען די הייליגע 'אני מאמין ניגון', וואס האט פריש אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור הרבבות אין א התלהבות והשתוקקות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח הישיש רבי יחזקאל שטיין שליט"א - הויז-בחור ביים רבי'ן זי"ע, ווי ער האט פארציילט בנועם שפתיו זיינע מתיקות'דיגע זכרונות, וואס ער האט פערזענליך מיטגעלעבט באין די בראשית יארן פון אמעריקע, און האט ארויסגעברענגט, אז ער געדענקט נאך בשנת תשי"ב לפ"ק, ווען די סעודת הודאה כ"א כסלו איז פארגעקומען מיט קוים א מנין אידן, און ער האט זיך קיינמאל נישט געקענט פארשטעלן אז מיט העכער 70 יאר שפעטער וועט ער שטיין און רעדן ביי א מעמד סעודת הודאה כ"א כסלו מיט '20 טויזנט סאטמארע אידן' קע"ה בליעה"ר, ההולכים בדרכיו הקדושים!
דערנאך איז געהערט געווארן די שטארק-רירנדע ווערטער דורך זיין אייניקל הרבני הנגיד הטפסר המרומם ר' יואל לאנדא שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט די שטאלצקייט און זכי' אז מען איז א סאטמארער חסיד, און דער גאנצער וועלט שטייט אויף סאטמאר'ס צדקה וחסד, זעענדיג קלאר ווי דעם רבינ'ס הבטחה פון 'אייגענע עשירים' האט איר ריכטיגער קיום.
דערביי האט דער נגיד המרומם געמאלדן, אז הנהלת המוסדות גייט בעז"ה געבן ביז 'דרייסיג פראצענט העכערונג' פאר די מלמדים ומרביצי תורה, מיטן הילף פון ר' יואל שליט"א ושותפו הרבני הנגיד ר' יעקב שווימער שליט"א.
נאך די רירנדע ווערטער פון ר' יואל שליט"א, האט דער מנכ"ל ר' חיים יצחק מאנדל הי"ו געמאלדן, אז הרבני הנגיד המרומם ר' ליפא פריעדמאן שליט"א שענקט דעם ריזן סכום פון 'פינף מיליאן דאלער' לטובת דאס אויפבוי פונעם 'גרעסטן בנין התלמוד תורה בממלכת סאטמאר האדירה', 'בנין עטרת יואל', לכבודו פון אביו ר' משה פריעדמאן שליט"א משב"ק וזוגתו שתחי'.
מיט א יראת הכבוד האט אויפגעטרעטן האי חו"פ פאר מקדושים, מזקני האדמור"ים, כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א, וועלכער האט מיט שטארקע דיבורים ארויסגעברענגט אונזער חוב און ציל, זיך צו קלאמערן בדרכיו הקדושים פון רביה"ק זי"ע בעל הנס, און דערביי ארויסגעברענגט אינטערעסאנטע זכרונות וואס ער האט אליין בייגעוואוינט ביים רבי'ן זי"ע.
דערנאך האט ער ארויסגעברענגט לשבח פונעם מגן חינוך הטהור כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס טוט פארטיילן אזויפיל געלטער פאר די מנהלי המוסדות על טהרת הקודש, אז דער קופת 'שקל הטהור' האט שוין פארטיילט ארום 'פופציג מיליאן דאלער' פאר טהרת הקודש!
מיט קורצע דיבורים האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הרה"ג ר' יצחק מאיר שטערנבוך שליט"א פון ארץ ישראל, מראשי ומייסדי מוסדות 'זרע קודש' עטה"ק, ארויסברענגענדיג דעם תקפו של נס און דברי הכנה איידערן היסטארישן 'חלוקת שקל הטהור' וואס וועט פארקומען דא אין זאל.
נאך ברכת המזון האט דער רבי שליט"א געזאגט די שבע ברכות פאר 17 חתנים קע"ה, און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די חתנים ומחותנים. דערנאך האט כל הקהל הקודש זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ לכבוד היום.
נאך די ריקודי קודש איז פארגעקומען די התרגשות'דיגע מאמענטן, ווען דער רבי שליט"א האט געטון פארטיילן די פאנטאסטישע סומעס דורך מפעל 'שקל הטהור' פאר אלע מנהלי המוסדות על טהרת הקודש, זייענדיג דאס ערשטע מאל ווען אזא חלוקה קומט פאר על אדמת אמעריקע. יעדער מנהל איז אריבער דעם רבי'ן שליט"א כבני מרון, און פערזענליך ערהאלטן זיין 'ריזן טשעק' למען קיום וביסוס המוסדות עטה"ק.
ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען לביתו נאוה קודש, זענען אלע מנהלי המוסדות עטה"ק נאכאמאל אריין בקודש פנימה, ווי דער רבי שליט"א האט זיי פון פריש געגעבן א באזונדערע תמיכה לאות הכרה ומתנה פאר זייער עבודת הקודש במסירת נפש.
אשרי עין ראתה כל אלה! וגדול הי׳ כבוד וחיזוק והתרוממות המעמד סעודת הודאה 'כינוס תלמידי וחסידי סאטמאר' כ"א כסלו! דאס וועט ווערן איינגעקריצט מיט גאלדענע בוכשטאבן דורך אלופי אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר, וועלכע האבן בשעת׳ן לויבן השי"ת על הנסים ועל הנפלאות ביום ההצלה, צוגעזען מיט די אויגן די פרעכטיגע המשכה פונעם תוקפו של נס, דער לגיון של מלך וואס וואקסט אויף ווייטער אינעם הייליגן דרך פונעם רבן של ישראל, האבן פון דעם מעמד הכביר ארויסגעשעפט אומשאצבארע אוצרות מיט חיזוק והתחזקות פארצוזעצן ווייטער בדרכו הטהורה פונעם בעל הנס.
אשרי עין ראתה ק"ק סאטמאר רוגשים!